top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קורצע ביקור פון האד' מראחמיסטריווקא אין מאנסי

דאנערשטאג פ' שלח • כ"א סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

דעם דינסטאג אויפדערנאכט איז כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א אנגעקומען קיין מאנסי צום אכסניא אין שטוב פון הנגיד ר' מיכל טויבער הי"ו וואו עס האבן שוין אפגעווארט און שלום גענימען א שיינעם ציבור חסידים אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א פון ספרינג וואלי.


באנאכט נאך מנחה איז דער רבי אנגעקומען אויף א באזוך ביים פעטער כ"ק אבד"ק ראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א. בתוך הדברים האט דער רבי ארומגעשמועסט מיטן ראחמיסטריווקא רב איבער די הנהגה פונעם איידעם דער ראחמיסטריווקא רבי פון ספרינג וואלי דארט אין ביהמ"ד. נאכן באזוך איז די רבי שליט"א אריבערגעגאנגען אינאיינעם מיטן רב צום ביהמ"ד וואו מען האט לעצטענס מרחיב געוועהן די גבולים צו פארברייטערן דעם היכל בית המדרש. 


שפעטער באנאכט נאך מעריב ארום 3:15 איז דער רבי ארויסגעפארן קיין שיכון סקווירא צום חתונה בחצרות סקווירא - וויז'ניץ - רחמסטריווקא, דער רבי שליט"א האט זיך באגריסט מיט די זיידע די ראחמיסטריווקא רבי פון מאנסי, און די אנדערע מחותנים, די זיידעס סקווערער רבי און די וויז'ניצער רבי, און דערנאך ארויס אין א ריקוד מיט די חתן און מחותנים, און דערנאך אהיימגעפארן צום אכסניא בבית הנגיד ר' מיכל טויבער אין מאנסי.



bottom of page