top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

יערליכע באזוך פון האד' מבאבוב אין זומער קעמפ'ס 'מחנה שלוה ד'באבוב' אין די קאנטרי בערג

דינסטאג פ' עקב • ט"ז אב תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

בילדער קרעדיט: אייזיק י.

 

מיט גרויס פרייד האבן די תלמידים אין מחנה שלוה ד'באבוב נעכטן נאכמיטאג געהאט די זכיה מקבל צו זיין פני הקודש פון רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א וואס איז ערשינען אויף די יערליכע באזוך אין קעמפ צווישן די תלמידים הקרויים בנים.


נאכמיטאג איז דער רב שליט"א אנגעקומען בשערי המחנה און צום ערשט אריין אינעם ביהמ''ד בית יוסף שמואל ווי עס זענען געווען פארזאמלט די יונגערע קינדער פון תלמוד תורה, די קינדער האבן פארגעזינגען גראמען און זענען אדורך מקבל צו זיין א פרי מידיו הקדושות פונעם רב.


דערנאך האט די רב שפאצירט צום ביהמ''ד הגדול אינעם קעמפ 'בנין אבסטפעלד' וואו עס זענען געווען פארזאמלט די עלטערע תלמידי התלמוד תורה וועלכע האבן אראפגעזינגען שיינע ניגוני קודש לבית באבוב וואס זיי האבן זיך אויסגעלערנט ספעציעל לכבוד די באזוך פונעם רב שליט''א. די רב האט דאן איבערגעגעבן דברי ברכה און ארויסגעברענגט די כח פון די אמאליגע הייליגע ניגינה און אלע קינדער זענען אדורך אל מול פני הקודש מקבל צו זיין א פרי.


פון דארט איז די רב אנגעקומען צום ביהמ''ד 'בנין בלוי' וואו עס איז סטאנציאנירט די ישיבה לצעירים כרם ציון, דער רב שליט:א האט ארומשפאצירט אין ביהמ''ד בין ספסלא דבי מדרשא בשעתן נאכמיטאג סדר און גענאסן א גרויס קורת רוח צוזעהנדיג ווי די בחורים זיצן און לערנען בהתמדה רבה. דערנאך זענען אלע בחורים אדורך געבן שלום, די רב האט אפגעראכטן א שולחן לחיים ווי עס האט זיך אויך באטייליגט האדמו"ר מזידיטשויב באר שבע וואס האלט זיך אויף אינעם קעמפ במשך די זוממער וואכן. דער רב שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש פאר די בחורים, און פארלאזט דעם קעמפ ווערנדיג באגלייט בשירה וזמרה.



































Comments


bottom of page