דינסטאג פ' כי תבוא • י"ד אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש
א ספעציעלער אויפנאמע איז אפגעהאלטן געווארן נעכטן מאנטאג נאכמיטאג בביתו נאווה קודש פון כ''ק האדמו"ר מגור שליט"א אין ירושלים ווען עס איז אריבערגעקומען אויף א באזוך דער מעיאר פון שטאט משה ליאון מקבל צו זיין ברכת הקודש פונעם רבין שליט''א נאכדעם וואס ער האט באזוכט אין די מוסדות התורה והחינוך אין אינעם ביהמ"ד הגדול דחסידי גור אין ירושלים.
עס זענען אויך געוועהן אנוועזנד די ראשי העסקנים אין ק"ק גור וועלכע האבן פארגעשטעלט דעם מעיאר אין ארומגערעט איבער זיינע פילע לייסטונגען לטובת הכלל און בפרט פארן אויפבוי פונעם ביהמ"ד הגדוך והחדש דחסידי גור. עס איז אויסגעשמועסט געווארן איבער פארשידענע ענינים העומדים על הפרק, און די רבי האט אנגעוואונטשן דעם מעיאר מיט הצלחה וסייעתא דשמיא בכל מעשי ידיו.
Comments