מיטוואך פ' שופטים • א' אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש
בהדרת הכבוד וברגשי גיל וחדוה גרייטן זיך חסידי בעלזא אין אמעריקע בכלל און אין מאנסי בפרט, צו אנטפאנגען דעם גרויסן גאסט הרה"צ ר' אהרן מרדכי רוקח שליט"א בנו חביבו פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, וועלכער וועט אי"ה קומענדיגע וואך אנקומען אויף א באזוך אין ניו יארק, וואו דאס מאל וועלן חסידי בעלזא אין מאנסי האבן די זכי' להתחמם לאורו.
הרה"צ שליט"א קומט צו פארן לרגל א משפחה שמחה די חתונה בבית גיסו הרה"ג ר' יואל יצחק לעמבערגער שליט"א זוהן פון הגה"צ גאב"ד מאקאווא שליט"א, וועלכער מאכט חתונה בנו החתן מיט די טאכטער פון הגה"צ ר' יחיאל מיכל גאלדמאן שליט"א מזוועהיל-מאנסי, די חתונה און שבת שבע ברכות וועלן פארקומען אין מאנסי, און לכבוד די שמחה וועט הרה"צ שליט"א וויילן דורכאויס די וואך און אויף שבת פ' כי תצא אין מאנסי, וואו די ארטיגע עסקנים פון די בעלזער קהלה און די מוסדות ארבייטן אצינד פיבערהאפטיג רונדע דעם זייגער אויסצושטעלן א פולן סדר היום פון די געהויבענע ימי הביקור, מיט מעמדים ומאורעות דורכאויס די וואך וואס וועט אפצייכענען די מאסיווע בלי אוון וואקוס און די הרחבת גבולי הקדושה בקרב הקהילה אין שטאט מאנסי, ובפרט דעם געהויבענעם שבת בקרב חסידי בעלזא אין מאנסי וואס וועט זיין דער קלימאקס פונעם באזוך.
Opmerkingen