top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

דראמאטישע הכרזת הקודש פון האחים האדמורי"ם מסאטמאר איבער פאראייניגטע "מחאה אדירה" קעגן גזירת הגיוס

דאנערשטאג פ' ראה • כ"ה אב תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

כל הגולה כמדורת אש: דאס יהדות הגולה אין אמעריקע איז געכאפט געווארן אין א פייערדיגע טרייסל פון קידוש שם שמים מיט'ן אויפנעמען די דראמאטישע הכרזת הקודש אויף א געמיינזאמען פארנעם דורך די שרי צבא ה' כ"ק האחים האדמורי"ם מסאטמאר שליט"א, איבער א זעלטן היסטארישע מחאה אדירה דעם קומענדיגן א' נצבים וילך קעגן די שוידערליכע "גזירת הגיוס" וואס לויערט אויף אחב"י תושבי ארה"ק, אויסצושרייען קבל תבל ומלואה און ארויסגעבן דעם קול זעקה קעגן די מדינת השמד און עוקרי הדת וואס זוכן ח"ו מגייס צו זיין די רבבות לומדי תורה אין ארץ ישראל אינעם טמא'נעם צה"ל, היה לא תהיה.


מיט אן אש קודש און קול חוצב להבות אש האבן כ"ק האדמורי"ם מסאטמאר געמאלדן איבער די מחאה אדירה יעצט ביי די צענטראלע עריכת השולחנות לרגל די הילולא קדישא פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע אין שטאט קרית יואל, ארויסברענגענדיג מיט גרויס ווייטאג די שווערע אומגעהויערע גזירה וואס פלאגט אונזערע ברידער אין ארץ ישראל, און די חובת השעה ודעת תורה אויף יעדן יחיד זיך אנצונעמען למען כבוד שמו יתברך און ארויסגיין ברחובות קרי' מוחה זיין אויף די מעשי רשע און מודיע זיין פאר די גאנצע וועלט אז מ'וועט נישט שווייגן ביז די גזירה וועט בטל ווערן.


לויט ווי עס ווערט איבערגעגעבן פון די עסקני יהדות החרדית, ווערט די מחאה אדירה פאררופן אונטער א זעלטן ערשטמאליגער פאראייניגונג פונעם גאנצן יהדות אמעריקע, אלע חרדי'שע קהילות וועלן זיך פייערדיג אנשליסן און פארמירן א ביישפיללאזע צונויפזאמלונג פון הונדערטער טויזנטער אידן יונג-און-אלט, בראשות די הונדערטער אדמורי"ם ורבנים, מנהיגי הקהלות און ראשי ישיבות פון אלע שיכטן און קרייזן, איש בל יעדר.


מער פרטים איבער'ן היסטארישן פראטעסט פאלגט נאך דא אויף 'בחצרות הקודש'.

Comments


bottom of page