זונטאג פ' בהעלתך • י' סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש
מיט גרויס שמחה וחדוותא דאורייתא ווערט אויפגענומען די פרייליכע נייעס צווישן חסידי ומעריצי ראחמיסטריווקא מאנסי און דער אלגעמיינעם ציבור תושבי העיר מאנסי בכלל איבער די הרחבת גבולי הקדושה, מיטן עפענונג פון א נייע ישיבה לצעירים 'אהבת התורה' ראחמסטריווקא אין שטאט מאנסי תחת נשיאותו הרמה פון כ''ק אדמו''ר מראחמיסטריווקא מאנסי שליט''א.
דער נייע ישיבה וועט עפענען אירע טויערן דעם קומענדיגן שנת הלימודים חודש אלול הבעל"ט שטייענדיג ביים ערשטן יארצייט נאכן שנת האבל להסתלקותו פונעם רעיא מהימנא קדישא כ"ק אדמו"ר הרה"ק מראחמיסטריווקא זכר צדיק לברכה און ווערט געגרינדערט עפ"י הדרכותיו הטהורות, די ישיבה וועט גערופן ווערן מיטן נאמען 'אהבת התורה' וואס די ראחמיסטריווקא רבי זצ"ל האט קורא שם געוועהן נאך בחיים חיותו ארויסצוברענגען אירע מטרה כשמו כן הוא אריינצובאקן נעימות ואהבת התורה אין די בחורי חמד.
זיך גרייטנדיג צו גרינדען די נייע ישיבה איז אויסגעקליבן געווארן א ספעציעלע ערפארענע שטאבע מגידי שיעור אין סטעף פאר די ישיבה קטנה, תלמידי חכמים מפורסמים און מחנכים דגולים, אונטער א וועד רוחני פון רבנים ואנשי שם מומחים אין די פעלד פון חינוך וועלכע וועלן באגלייטן די בחורים צו זייער מאקסימום הצלחה, אלס מנהל רוחני איז אויפגענימען געווארן די מחנך מופלא הרה"ג ר' יהודה געלדצעהלער שליט"א וואס וועט אויך דינען אלס מגיד שיעור בקיעות, אלס מגיד שיעור עיון איז אויפגענימען געווארן הרה"ג ר' שמואל לעווי שליט"א.
Comments