top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מזה בן מזה: הגאון רבי אהרן אולשין שליט"א נתעלה לגדולה אין ביהמ"ד גבוה לעיקוואד

דינסטאג פ' דברים • ב' אב תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

ביי די טויזנטער לומדים אין די וועלט בארימטע תורה אימפעריע "ביהמ"ד גבוה לעיקוואד" איז דאס געשפרעך פון טאג די היסטארישע התמנות פון הגאון רבי אהרן אלשין שליט"א, וועלכער איז בהדרת כבודה של תורה נתמנה געווארן איבערצוגעבן א "שיעור כללי". דער באגריף פון 'איבערגעבן א שיעור כללי' איז אינעם ליטווישן עולם הישיבות פאררעכנט אלס איינע פון די העכסטע פאזיציעס אונטער די סאמע העכסטע ראנגען פון ראשי הישיבה.


הגאון רבי אהרן שליט"א איז בנו הגדול פונעם לאנגיעריגן תופס ישיבה ומרביץ תורה לאלפים, הגאון הגדול רבי ירוחם אולשין שליט"א מראשי הישיבה, אן אייניקל פונעם גרויסן מייסד וראש הישיבה הגאון הגדול רבי אהרן קאטלער זצ"ל. שוין מערערע יארן וואס הגאון רבי אהרן שליט"א איז פון די אויסגערופענע געשטאלטן אין ישיבה, א תלמיד חכם עצום ולמדן מופלג, ושמו הטוב הולך לפניו מיט'ן אנפירן איינע פון די גרעסטע חבורות אין ישיבה.


נאכ'ן געקרוינט ווערן מיט די נייע עבוה"ק פון די הרבצת התורה איבערצוגעבן א "שיעור כללי", איז הגאון רבי אהרן ערשינען אין צענטראלער היכל הישיבה מאנטאג פארמיטאג, באגלייט פונעם פאטער הגאון רבי ירוחם, און זיין נאנטער קרוב משפחה דער ראש ישיבה הגאון הגדול רבי מלכיאל קאטלער שליט"א וגיסו הגאון הגדול רבי דוד שוסטאל שליט"א מראשי הישיבה און באגייסטערט די פילצאליגע לומדים מיט א טיפזיניגער שיעור כללי אין די סוגיא פון 'יד לקידושין' וואס האט ערוועקט א חדוותא דשמעתתא און ריתחא דאורייתא צווישן אלע לומדים.



Comments


bottom of page