דינסטאג פ' בהעלותך • י"ב סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: אחים לאנטשעווסקי
אלפי חסידי באבוב און פילע אורחים פון איבעראל האבן מיטגעלעבט א הערליכן יום טוב שבועות בצילא קדישא פון רבם ומארום כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, די ערשטע טאג יום טוב פארן דאווענען איז פארגעקומען די תהלוכה פארן ספר תורה אריינגעגעבן צום ביהמ"ד הגדול דורך הרה''ח ר' שלמה גייגער הי"ו, פאר קריאת התורה איז פארגעקומען די ריקודין לכבודה של תורה אינעם היכל השולחנות וואס איז געווען אויסגעשטעלט מיט פארענטשעס ארום דעם גאנצן היכל, די רב שליט"ע איז געטאנצן מיטן ספר תורה און מיטן נדבן ובני משפחתו, דערנאך אריינגעפירט די ספר תורה אינעם ארון קודש און פארגעזאגט לדוד מזמור. נאכן מעמד הכנסת ספר תורה האט די רב שליט"א פארגעזאגט די אקדמות מיט גרויס דערהויבענקייט. די צווייטע נאכט ביים טיש איז פארגעקומען די סעודה לגמרה של תורה ווי די רב שליט"א האט משמיע געווען אמרי קודש לכבוד נתינת ספר תורה כנהוג, מיטן בענטשן איז מכובד געווארן הרה''צ ר' ישראל האגער בן הגה"צ בעל אור שלום מויז'ניץ זצ"ל.
די צווייטער טאג יום טוב נאכן דאווענען האט זיך דער רב שליט"א באגעגענט מיט ידיד נפשו כק אדמו"ר מוויען שליט"א וואס האט געוויילט אויף יו"ט שבועות אין בארא פארק וואו די אדמור"ים האבן זיך ווארעם אנגעוואונטשן לכבוד יום טוב. בצאת היום איז פארגעקומען די נעילת החג בהשתתפות אלפי חסידים וואס האט נאכגעפאלגט מיט די מעמד ברכת הקודש מוצאי יום טוב ברחובות העיר.
Comments