מיטוואך פ' בהעלתך - י"ח סיון תשפ"ג | קול בחצרות
בילדער קרעדיט: שוקי לרר - בחדרי חרדים
מיטוואך פרשת בהעלותך שלח אין ארץ ישראל, קיין ווערטער איז נישט פארהאן אפצושרייבן די שטורעמישע געפילן בהתרגשות של שמחה והודאה, וואס טוט אנפילן יעדע בעלזא חסיד, יעדע בעלזא הארץ המקושר לאילנא דחיי, אומבאשרייבליכע התרוממות הנפש און שעות של תענוג וקורת רוח מיטהאלטענדיג די היסטארישע שמחת החתונה במעון הקודש פונעם מנהיג העדה שר צבא ה' כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא שליט"א ה' יאריך ימיו ושנותיו בטוב ובנעימים.
דיו אילו ימי וכל מי כנישותא, איז נישט מעגליך צו ערקלערן די התרגשות דורכאויס די גאנצע שמחת החתונה, די גרויסארטיגע עצרת תפילה אינעם זמן המסוגל פון יום החופה, די מעמד קבלת פנים אין די גרויסע שטוב, די מעמד החופה על פני רחבת קרית בעלזא ירושלים ומבואותיה, די שמחת החתונה בקול צהלה ורנה והמון חוגג במקהלות רבבות אלפי ישראל, די הייליגע מאמענטן ווען דער ראש בית אב האט זיך אויפגעשטעלט אויף די אייגענע פיס טאנצן לפני הכלה בשלהבת אש קודש, וואס האט פשוטו כמשמעו אריינגעשלעפט יעדן איינציגן חסיד אין העכערע ספערן בשבח והודאה לשם יתברך, און מיט א הייסע תפילה אויף ווייטער, יתחדש כנשר נעוריו עוד ינוב בשיבה בבריאות השלימות.
א האלבע שעה איידער די מעמד קבלת פנים זענען טויזענטער חסידים זיך צוזאמגעקומען אין היכל ביהמ"ד הגדול אין קרית בעלזא, וואו מען האט אויסגעזאגט ספר רביעי שבתהלים מיט א כח הרבים, אויסצונוצן די געהויבענע שעה'ן די עת רצון ווען די אבות הקדושים קומען אראפ פון הימל, צו משפיע זיין א גענצליכע רפואה פארן גרויסן בעל שמחה כ"ק מרן הרה"צ ר' ישכר דוב בן מרים לאורך ימים ושנים טובים.
צום באשטימטן צייט איז כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א ערשינען צום מעמד קבלת פנים אין די גרויסע שטוב, וואס איז געווען איבערגעפולט מקצה אל קצה מיט טויזענטער חסידים פון נאנט און ווייט. אויפן בימת הכבוד האט זיך אנגעזעהן פיל חשובע רבנים ואדמורי"ם, צווישן זיי דער עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט"א, דער עלטער פעטער הגה"צ ר' מנחם ארנסטר שליט"א ראש ישיבת וויזניץ, וועלכע האבן באשיינט די גאנצע שמחה מהחל ועד כלה. אזוי אויך האבן זיך משתתף געווען ביים קבלת פנים האדמורי"ם מדזיקוב ויזניץ, אלכסנדר, זוועהיל, סטראפקוב, הגה"צ ר' שמחה ראבינאוויטש בעל פסקי תשובות, און צענדליגע רבנים ודיינים יושבי על מדין בחצר הקודש בעלזא וועלכע האבן באשיינט דעם אויבן אן דורכאויס די גאנצע שמחה.
מיט קריאת התנאים איז מכובד געווארן כ"ק אדמו"ר מדזיקוב ויזניץ שליט"א, און הרב הגאון ר' יוסף צבי ברייער ראש ישיבת בעלזא אין בית חלקיה האט פארגעזינגען גראמען בדברי כיבושין והתעוררות אין דעם גרויסן זמן.
דאן האט דער מחותן הרב הצדיק ר' אהרן מרדכי אנגעטון פארן חתן די ירושה מלבושים כנהוג, און כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"ט האט געלייגט אש אויפן קאפ פון חתן און מאציל געווען מברכת קדשו.
א קורצע צייט בעפאר די שקיעה איז כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א ערשינען אויפן בימת החופה, נאך וואס דער רב האט אויסגעדרוקט רצון קדשו אפצורעכטן די חופה נאך מבעוד יום. דער רב איז געזעסן על כסא מלכותו און מיטגעהאלטן די ניגוני התעוררות, וויזניצע ניגונים און בעלזא ניגונים פארגעזינגען דורך די בעלזא קאפעליע, מיט סידור קידושין איז מכובד געווארן דער געהויבענער זיידע כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, וועלכער האט זיך אויפגעשטעלט אויף די פיס און געזאגט די ברכות מיט גרויס התרגשות. עדי קידושין זענען געווען הגה"צ ר' ירמי' כהן אב"ד פאריז, און הגה"צ ר' יוסף באב"ד מלפנים דיין דחסידי בעלזא אין לאנדאן.
מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן דער עלטער פעטער הגה"צ ר' מנחם ארנסטר ראש ישיבת ויזניץ, די ערשטע צוויי ברכות דער עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מויזניץ, די אנדערע ברכות איז צוטיילט געווארן צווישן האדמורי"ם מוויזניץ פון בית שמש, באיאן, און סטראפקוב, דער זיידע הגה"צ ר' חיים דוד שובאקס שליט"א חבר ביד"ץ מחזיקי הדת, און ברכה אחריתא דער זיידע פון חתן כ"ק הגה"צ גאב"ד מאקאווא שליט"א.
נאכן חופה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים, און דער בעלזא רב האט זיך ווידער אויפגעשטעלט צום טאנצן, און אנגעוואונטשן ברכת הקודש לכל העם הנאספים, נאכן חופה איז אנגעקומען כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א און ווארעם געוואונטשן פארן רב און אלע מחותנים.
תיכף נאכן חופה האט דער פילקעפיגער ציבור פארלאזט קרית בעלזא אויפן וועג צום גיגאנטישן ארענא סטעדיום אין ירושלים, א פלאטע פון צענדליגע באסעס האבן געפירט דעם ציבור אין א מייסטערהאפטיגן סדר, און דארט איז געווארן צוגעשטעלט די סעודת החתונה פארן גאנצן ציבור.
פאר די בני משפחת המלוכה און אלע קרובי השמחה, איז געווען צוגעגרייט א מלכות'דיגע סעודת מצוה כיד המלך אין די זאלן בבנין ביהמ"ד הגדול אין קרית בעלזא, אין די זעלבע צייט איז דער געהויבענער זיידע כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א אריינגעקומען אין היכל אויף תפילת מעריב, ווען די גאנצע ציבור הנאספים זינגען ניגוני שמחה און ניגוני שבח והודאה, צום עמוד אויף מעריב איז צוגעגאנגען הרב הצדיק ר' אהרן מרדכי.
ארום צען דרייסיג אויפדערנאכט איז דער בעלזא רב ארויסגעפארן צום ארענא סטעדיום מפאר צו זיין על ראש שמחתו, רבבות אלפי ישראל א ריזן ציבור פון העכער צען טויזענט אידן חסידי בעלזא האבן מקדם געווען פני הקודש מיטן ניגון קול רינה, ווען געפילן פון שמחה והתרגשות שטורעמען ביי יעדן אין הארץ. דער רב האט אריין צופיס און צוגעגאנגען ביז די צענטער פון אויבן אן, און מעודד געווען די ריקודין א לענגערע צייט. ווי אויך האט דער מחותן הרה"צ ר' אהרן מרדכי שטארק מעודד געווען די ריקודין דורכאויס די גאנצע שמחה, און געהויבן דעם ציבור אין די לופטן בשמחה והתרגשות.
ביים סעודת החתונה האבן זיך משתתף געווען הגאון הגדול ר' משה הלל הירש ראש ישיבת סלאבאדקע, און הגאון הגדול ר' ברוך מרדכי אזרחי ראש ישיבת עטרת ישראל וועלכע זענען אויפגענומען געווארן ביותרת הכבוד דורכ'ן בעלזא רב, האדמורי"ם ממאחנובקא בעלזא, סערט ויזניץ, יעריסלאוו, פיטסבורג, לוצק, סאידיגורא ירושלים, דער ראשון לציון הרב שלמה משה עמאר, דער ראש הראשי הרב דוד לאו, הגאון ר' מרדכי גרוס רב חניכי הישיבות, רב קהל עדת המתמידים, און נאך חשובע אדמורי"ם ורבנים.
אינמיטן די שמחת החתונה האט דער דיין הגאון ר' יהושע פינק אויפגעטרעטן מיט דברי בדחנות, מיטן בענטשן איז מכובד געווארן כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא, שבע ברכות איז צוטיילט געווארן צווישן הגה"צ ר' חיים צבי שפירא ראב"ד מחזיקי הדת, הגה"צ ר' אהרן שיף גאב"ד אנטווערפען, הגה"צ ר' וועלוול ארנסטר אב"ד מאור חיים, הגה"צ ר' מרדכי גרוס רב חניכי הישיבות, הגה"צ ר' וואלף בריעף דיין אין מכון להוראה אין מאנסי א פעטער פון כלה, און ברכה אחריתא הגה"צ ר' ברוך האגער בן כ"ק אדמו"ר מסערט ויזניץ און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מויזניץ.
נאכן בענטשן איז דער בעלזא רב אראפגעקומען די טרעפ צום ספעציעלן אויבן אן וואס איז געווען צוגעגרייט פארן מצוה טאנץ, בדחנא דמלכא הרב ישראל שטערן האט געגראמט און אויסגערופן די זיידעס און מחותנים, און כפי הוראת הקודש פונעם בעלזא רב האט ער שטארק מקצר געווען אין די גראמען נישט אויפצוהאלטן צוליב די שפעטע שעה.
צוערשט האט געטאנצן דער זיידע כ"ק הגה"צ גאב"ד מאקאווא, דערנאך דער זיידע הגה"צ ר' חיים דוד שובאקס חבר ביד"ץ מחזיקי הדת, דערנאך דער עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מויזניץ, דערנאך דער מחותן אבי הכלה הגה"צ ר' אהרן בריעף, דערנאך דער מחותן אבי החתן הרב הצדיק ר' אהרן מרדכי, און דערנאך האט מען אויפגערופן דעם בעלזא רב צום מצוה טאנץ.
בשלהבת אש קודש איז כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א צוגעגאנגען צום מצוה טאנץ, דער רב האט זיך אויפגעשטעלט און געטאנצן פאר לענגערע מינוטן מיט גרויס התלהבות, ווען די גאנצע ציבור ארום הייבט זיך טפחיים מעל הקרקע מיט א אומבאשרייבליכע התרגשות, דער רבי האט געטאנצן מיט די כלה און דערנאך מיטן חתן, און דערנאך א ריקוד מיט בנו הרה"צ ר' אהרן מרדכי, אויפן ניגון כי אנו עמך וואס דער רב האט פארפאסט ביי איינער פון די פריערדיגע שמחות.
דערנאך האט דער חתן געטאנצן מצוה טאנץ, און מען האט ארויסבאגלייט דעם רב מיטן ניגון ימים על ימי מלך תוסיף שנותיו כמו דור ודור.
Comentários