דינסטאג פ' כי תצא • ז' אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש
היינט איז באשטעטיגט געווארן אז המשפיע המפורסם מלהיב לבבות בני ישראל הגה"צ רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א ראש חבורת נחלת יעקב וועט אונטערנמען א קארצע באזוך קיין ניו יארק און אדרעסירן דעם היסטארישן עצרת 'זעקת הגולה' וואס וועט פארקומען דעם קומעדיגן זונטאג נצבים וילך ברחובות ניו יארק ובמעמד רבבות בני ישראל קעגן די שוידערליכע גזירת הגיוס.
אין די לעצטע וואכן האבן גדולי ישראל, רבנים ואדמורי״ם און ראשי ישיבות פארבעטן און מפציר געווען דעם משפיע וועלכע איז נודע בשערים מיט זיין מורא׳דיגער כח השפעה, מלהיב צו זיין לבבות ישראל, ער זאל קומען צו פארן קיין אמעריקע, אויפצוטערטן מיטן דבר המערכה ביים עצרת הרבבות און איבערגעבן דעם דבר ה' מירושלים איבער דער ברענענדיגער גזירת שמד וואס שוועבט אויפ'ן גאנצן יהדות החרדית אין ארץ ישראל.
נאך גרויסע הפצרות פון די ראשי עם קודש, און א ספעציעלע מכתב בקשה וואס איז געשיקט געווארן צום משפיע, איז ער - טראץ די פארנומענע ימי אלול - נעתר געווארן לבקשתם און וועט קומען צו פארן בטירחא דגופא ואורחא, אויפטצורעטן פארן יהדות הגולה, און מרעיש זיין תבל ומלואה קעגן דעם ביטערן גזירה.
די משפיע וועט זיך ארויסלאזן אין וועג די קומעדיגע מיטוואך כי תבוא און וועט שוין אהיימפארן מאנטיג דערויף צומארגנס פון די גרויסע כינוס. אויף שבת וועט דער משפיע וויילן אינעם עיר התורה לעיקוואד ווי עס האבן זיך אין די לעצטע שטיק צייט צוזאמגעקליבן א שיינע צאל שומעי לקחו און האבן פארבעטן פונעם משפיע צו קומען פראווען א שבת אין שטאט און משפיע זיין מזיו הודו והדרו אין דעם יומא אריכתא פון התרוממות הנפש.
Comentários