דינסטאג פ' שופטים • ל' אב תשפ"ד | בחצרות הקודש
בהתעוררות רב און מיט רגשי קודש האבן טויזנטער חסידי סאטמאר אפגעראכטן די הילולא קדישא פונעם רבן ומאורן של ישראל, צדיק יסוד עולם הרה"ק מסאטמאר זי"ע, בצל הקודש פון ממשיך דרכו בקודש כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, מיטהאלטנדיג דעם יומא אריכתא פון התרוממות הנפש, באתרא דמר מקום מנוחת קדשו פונעם בעל ההילולא אין שטאט קרית יואל.
דאנערשטאג נאכט אריינטרענטדיג אינעם גרויסן טאג פון די יארצייט איז די רבי שליט"א אנגעקומען בשערי העיר, צום שטוב פון הנגיד ר׳ ישראל דוב גאלדבערגער הי"ו ווי עס איז געווען ספעציעלע זמני כניסה פאר נגידי ותומכי הקהילה להיזכר לטובה בהאי יומא רבה, אזוי אויך איז אריין בקו״פ הגה״צ רבי ברוך נתן הלברשטאם אב״ד סאטמאר לאנדאן און הגה״צ אב״ד פאיע וחבר הביד״ץ דקהל ייטב לב. שפעטער באנאכט האט די רבי געדאווענט מעריב דארט אינעם אכסניא, דער רבי האט געצינדן פינף לעכט און יורד געווען לפני התיבה און געזאגט די קדישים, נאך מעריב איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס סיפורים ועובדות פון בעל ההילולא און דער רבי האט געוואונטשען ברכת קדשו.
די שולחן הטהור און צענטראלער סעודת הילולא וסיום הש"ס איז געפראוועט געווארן אינעם ריזן נייעם היכל אלטר יחזקאל בבנין ביהמ"ד הגדול בנין אליהו מיט די באטייליגונג פון טויזנטער תלמידים וחסידים פון איבער גרעיטאר ניו יארק ועל צבאם רבנים ואדמורי"ם וגדולי תלמידי מרן הרה"ק מסאטמאר זי"ע. דער טאג כ"ו אב איז יעדעס יאר זינט די הסתלקות א טאג פון התעוררות און התאחדות און אויך היי יאר האט זיך איבערגעחזרט דאס בילד מיט איר אויסגעווענליכע התלהבות און פלאם ברשפי אש שלהבת קה פון די פילע טויזנטער אידן, כולם כאחד באו נקבצו טיילצונעמען אין דער גראנדיעזער סעודת הילולא מיטן ציל זיך אנצוהאלטן אין דער דרך המסורה.
דער ציבור האט זיך דערקוויקט פון די ברייטהארציגע סעודת הילולא רחבת ידיים וואס איז צוגעשטעלט געווארן מיט גרויס הרחבה, דאן איז די רבי שליט"א ערשינען אינעם היכל הבית מדרש וועלכע איז שוין געווען איבערגעפילט מלא על כל גדותיו, דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה, ביי די לחיים נאך די פיש האט דער רבי געמאכט דעם סיום הש"ס וששה סדרי משנה וואס איז געלערנט געווארן דורך די גאנצע עדה הקדושה און געזאגט די הדרן און קדיש. במשך דעם טיש האט מען געזינגען ניגוני דביקות והתעוררות, דער משב״ק הרה״ח ר׳ חיים אהרן פלאהר הי"ו האט אויסגערופן די נדבני הסעודת הילולא און עס האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה הגה״צ אב״ד פאיע שליט"א וחבר הביד״ץ דקהל ייטב לב.
דער הויכפונקט פון דעם הייליגן מעמד איז געווען ווען דער ציבור האלפים האט געשלינגען מיט דארשט די דברות קודש בהדר וברמה דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, באגלייט מיט דברי חיזוק ומוסר, וחובת השעה בדברים העומדים על הפרק, די רבי האט משלב געווען סוף הש"ס לתחילתו און די וואכעדיגע סדרה במשנתו הטהור פונעם בעל הילולא, און ארומגערעדט איבער די געוואלדיגע גדלות און די פעולות לרוב וואס ער האט אויפגעטוהן כל ימי חיותו בכלל ובפרט אין אלע עמודי עולם בתורה, עבודה וגמילות חסדים, און מעורר געווען אידן לתשובה ולתיקון המעשים, און אויפגעשטעלט מוסדות החינוך און אויסגעלערנט את הדרך אשר ילכו בה, און דערביי האט דער רבי דערמאנט די ביטערע גזירות החינוך וואס פלאקערט איבער די מוסדות אין ניו יארק און מען דארף מתפלל זיין בזכות פונעם בעל ההילולא שלא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי, און די ערליכע עסקנים זאלן האבן גרויס הצלחה אפצושלאגן די שווערע גזירות.
דער רבי האט דערמאנט די פעלות לטובה פאר כשרות און עניני קדושה וצניעות און עס ליגט א פליכט אויף יעדעם איינעם ממשיך צו זיין אין די אלע ענינים אין נישט אריינברענגען אין די שטובער די אלע ליין מאטריאל און זיין אפגעהיטן פון די כלים הטמאים, דער רבי האט ארויסגעברענגט די פייערדיגע מלחמה לה' וואס די בעל הילולא האט געקעמפט קעגן די טומאת הציונות און מען דארף זיך מחזק זיין צו גיין אין זיינע וועגן, בפרט ווען עס הערשט אזא שווערע מצב בארה"ק סיי איבער די מצב המלחמה וואס האט פארשפרייט אסאך שנאת ישראל אין די גאנצע וועלט און מען דארף מתפלל זיין עס זאל גארנישט קאסטן פאר אחינו בני ישראל, און סיי מיט די ביטערע גזירות גיוס בני ישיבות וואס מען דארף אסאך רחמי שמים ניצל צו ווערן דערפון, און דערביי האט דער רבי קלארגעשטעלט אז די ערליכע אידן וועלן נישט נאכגעשלעפט ווערן און דער רבי האט דערמאנט אז מען האט פאררופן אן ׳עצרת תפילה׳ בחוצות ניו יארק ביום א׳ פ׳ נצבים - וילך אפצושלאגן די ביטערע גזירות הגיוס און ער בעט אלע קהלות הקדושות און דער גאנצן ציבור זאלן זיך צו דעם צושטעלן און אינאיינעם וועט מען זיכער אויספויעלן א ישועה בקרוב.
דער רבי האט ארומגערעדט איבער די מסי״נ פון בעל הילולא אויפצושטעלן די ׳קרן הצלה׳ צו שטיצן די מוסדות על טהרת הקודש און דאס דארפן מיר ווייטער אנהאלטן מחזק צו זיין די אלע מוסדות, דער רבי ארויסגעברענגט אז ב״ה מען האט זוכה געווען צו פארטיילן א פרישע ריזיגע חלוקה דורך מפעל הקדוש ׳שקל הטהור׳ און ארויסגעברענגט לשבח פון די נדיבים בעם וואס דורך זיי קען מען אנהאלטן די אלע חלוקות און אויך דערמאנט די אברכי הכוללים ובחורי הישיבות וואס שטעלן כסדר צוזאם געלט פאר די מנהלים וואס קומען נאך געלט, און די איינציגסטע וועג זיך צו האלטן ווייטער אויפן וועג פון רבין זי״ע איז דורך לערנען זיינע הייליגע ספרים און איבערחזר׳ן זיינע תורות.
דער רבי האט דערמאנט אז מען שטייט אין די הייליגע שטאט ׳קרית יואל׳ וואס דער בעל ההילולא האט מייסד געווען בדם לבבו און מיט אן התרגשות האט דער רבי ארומגערעדט איבער די היסטארישע הרחבת גבולי הקדושה וואס קומט פאר בקרב הקהילה והמוסדות אין ק״י, ובפרט ווי מען שטייט אינעם ניי אויפגעבויעטן היכל הביהמ״ד און דאס אלעס איז בזכותו של אותו זקן און זיך ווארעם באדאנקט פאר די הנהלת הקהלה והמוסדות און די אלע עוסקים במלאכת הקודש אוןאויסגעפירט מיט לענגערע ברכת הקודש ובקול חונק בדמעות געבעטן מען גייט מתפלל זיין ביים ציון עס זאל נשפע ישועות ברוחניות ובגשמיות לכל העם הנספים.
נאך די דברות קודש האט דער רבי געבענטשט אויפן כוס און פארטיילט כוס של ברכה פאר אלע עסקני הקהלה, מען האט געענדיגט ארום 11:30 און דער רבי איז אהיים לבית האכסניא אין שטוב פון הרבני הנגיד ר׳ מענדל שווימער הי"ו.
Comments