מונטאג פ' במדבר - כ"ד אייר תשפ"ג | קול בחצרות
מיט התרגשות דקדושה גרייטן זיך פילע אידן חסידים ואנשי מעשה צו פראווענען דעם קומענדיגן יום טוב שבועות אין שטאט צאנז אין פוילין, אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מסטראפקוב שליט"א נכד מרן הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע, ווען עס וועט זיין צום ערשטן מאל נאכן קריג וואס עס וועט זיין א געהעריגע מנין מיט געהויבענע תפילות ביום חג השבועות בצל הקודש.
די היסטארישע נסיעה ווערט אונטערגענומען דורך כ"ק אדמו"ר מסטראפקוב שליט"א, ואתו עמו א געקליבענע צאל אייניקלעך פון מרן הרה"ק מצאנז זי"ע, לרגל די יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק בעל דברי שלום מסטראפקוב זי"ע וואס געפאלט אויס יו''ט שבועות, אשר מקום מנוחת קדשו אין שטאט קאשוי, ערב שבועות אינדערפרי וועט מען פוקד זיין דעם ציון הק' אין שטאט קאשוי להיפקד בדבר ישועה ורחמים, און דערנאך וועט מען ממשיך זיין די נסיעה קיין צאנז, צו פראווענען דעם יום טוב בצילא דמהימנותא עילאה, וואס ווי באקאנט איז "שבועות אין צאנז" געווען א גאר גרויסע זאך בימים ההם, ווען פילע רבנים און גדולים בדורו זענען געקומען וויילן אויף יום טוב אין שטאט צאנז, ביים הייליגן צאנזער רב זי"ע וואס איז געווען ידוע מיט זיין געוואלדיגע כח התורה.
לויטן פלאן וועט מען זיך ארויסלאזן אין וועג קומענדיגע מיטוואך ד' סיון, דאנערשטאג ערב שבועות וועט מען דאווענען שחרית אין די גרויסע שוהל אין שטאט קאשוי, און דערנאך פוקד זיין דעם ציון הק' פון הרה"ק בעל דברי שלום מסטראפקוב זי"ע לרגל די יארצייט.
פון דארט וועט מען ממשיך זיין די נסיעה קיין פוילין, וואו מ'וועט פראווענען א געהויבענע יום טוב אין שטאט צאנז, אינעם היסטארישן שוהל פון הרה"ק מצאנז זי"ע. נאך שבת וועט מען ממשיך זיין צו פוקד זיין עטליכע מקומות הקדושים אין פוילין, און מאנטאג אינדערפרי וועט מען זיך ארויסלאזן אויפן וועג צוריק קיין ארץ הקודש אנגעפולט מיט השפעות טובות.
פארגאנגענעם כ"ה ניסן ביומא דהילולא קדישא פון הרה"ק מצאנז זי"ע, האט כ"ק אדמו"ר מסטראפקוב שליט"א אויסגערופן פארן ציבור אז ער גרייט זיך אונטערצונעמען די נסיעה צו זיין שבועות אין צאנז, און דערביי געזאגט אז ווער עס האט די מעגליכקייט און הרגשה צו קומען אויף שבועות קיין צאנז, וועט זיכער אויס'פועל'ן אלעס גוטס במקום שהתפללו בו אבותי.
Comments