top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אשת חבר: הרבנית מירל רובין ע"ה אלמנת האד' מסאסרעגן זצ"ל נפטר געווארן בשיבה טובה אין עלטער פון 96 יאהר

מיטוואך חיי שרה • י"ט חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

ברוך דיין האמת: יעצט באנאכט קומט אן די ביטערע בשורה פון בארא פארק, איבער די פטירה בשיבה טובה פון הרבנית הצדיקת מסאסרעגן מרת מירל רובין ע"ה, אלמנת כ"ק אדמו"ר מסאסרעגן זצ"ל, וועלכער איז יעצט נפטר געווארן אין טיפן עלטער פון 96 יאהר. די חשובע נפטרת ע"ה איז געווען א טאכטער פון כ"ק אדמו"ר ר' יהושע אייכנשטיין זצ"ל מזידיטשוב-גרויסווארדיין, מגזע צדיקי בית זידיטשוב, בעלזא, אפטא, ראפשיץ, סאווראן, און נאך. די רעבעצען מיט אירע פיר שוועסטערס זענען באופן פלא געראטעוועט געווארן מגיא צלמות ביים צווייטן וועלט קריג, א לענגערע תקופה זענען זיי געוועהן אויסבאהאלטן אין א בונקער אינאיינעם מיט הרה"ק רבי שלמה מבאבוב זי"ע און הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זי"ע וועלכער האט אלע יאהרן אנגעהאלטן א נאנטן קשר מיט די רעבעצען ע"ה און פלעג יעדעס יאהר דערמאנען די רעבעצען און די משפחה ביום ההודאה ל"ד בעומר. נאכן קריג האט די רעבעצען חתונה געהאט מיט איר גרויסן מאן הגה"צ רבי מרדכי דוד רובין זצ"ל האדמו"ר מסאסרעגן, א זוהן פון הגה"צ רבי יעקב ישראל ישורון רובין זצ"ל מסוליצא, בן אחר בן צו הרה״ק רבי אשר מראפשיץ זי״ע. ומגזע ליזענסק, קאזניץ, און אפטא. זיי האבן זיך באזעצט אין פעלטבוש וואו דער סאסרעגנער רבי האט אנגעפירט זיין שיינעם הויף צענדליגער יאהרן, ביז צו זיין פטירה ביי די קאראנע עפידעמיע בשנת תש"פ.


מיט נחת דקדושה האט זי מיטגעהאלטן דעם המשכת שלשלת הקודש זעענדיג אירע געהויבענע קינדער תלמידי חכמים ובני עלי' וואס זענען משמש ברבנות. אירע קינדער זענען: הגה"צ אבד"ק באבוב 45 שליט"א, כ"ק אדמו"ר בריזדאוויץ שליט"א, הגה"צ אב"ד קאלאמייא שליט"א, הרבנית אשת חבר כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א פון 18, און הונדערטער אייניקלעך, איר אייניקלעך, זרע ברך ה'. אזוי אויך איז די רעבעצין געווען א מחותן מיט גאר אסאך מגדולי האדמורי"ם בארץ ובגולה, צווישן זיי האדמורי"ם מסאטמאר, סקווירא, פאפא, פשעווארסק, וויזניץ מאנסי, ראחמיסטריווקא, קאסאן, סקולען, קאלוב, דעעש, דינוב און נאך.


די לוי' גייט ארויס היינט נאכט 9:45 פון ספינקא ביהמ"ד אויף די 18'טע עוועניו אין בארא פארק, און מארגן דאנערשטאג צופרי בשעה 9:30 פארנט פון ביהמ"ד סאסרעגן אין פלעטבוש, אויפן וועג קיין ארץ ישראל וואו דער נפטרת וועט קומען לקבורה בחלקת אבותיה אויפן בית החיים העתיק אין צפת.


יה"ר שנשמע ונתבשר בשורות טובות.


Comments


bottom of page