דינסטאג פ' כי תשא • י''א אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברומי ווייס, JDN
פילצאליגע תלמידים און חסידים האבן מיטגעהאלטן געהויבענע סעודת הילולא, פון כ"ק אדמו"ר מחוסט הרה"צ רבי שמואל שמעלקא לייפער זצוק"ל ראש ישיבת תורת חסד, וועלכע איז פארגעקומען פארגאנגענעם מיטוואך פּר' תרומה, אור ליום כ"ט שבט, לרגל די צווייטע יארצייט זינט זיין הסתלקות אין שנת תשפ"ג לפ"ק.
די סעודת הילולא איז פארגעקומען אין די "אנשי ספרד" זאל אין בארא פּארק, וואו עס האבן זיך פארזאמלט די פילע מעריצי זכרו הטהור, אין שפּיץ פונעם בעל ההילולא'ס איידעמער, יבלחט"א הרבנים הגאונים רבי שמעון מרדכי יונגערווירטה שליט"א און רבי דוד הלוי פּאללאק שליט"א, און א שיינע צאל רבנים און אדמו"רים שליט"א.
די סעודת הילולא איז געקומען באגלייט מיט א סיום הש"ס געלערנט דורך די תלמידים וחסידים, און גאר א רייכער פּראגראם פון דרשות, וועלכע האבן געהאלטן געשפּאנט דעם פארזאמלטן עולם.
ווען דער עולם האט זיך פארזאמלט, און זיך געוואשן צו די סעודה, האט דער חשוב'ער עסקן מוה"ר משה מנחם פריעדמאן הי"ו, עירמאנט ווילידזש טראסטי, א תלמיד פון בעל ההילולא זצ"ל, איינגעלייטעט דעם פּראגראם דינענדיג אלס יו"ר המעמד.
דאן האט אויפגעטרעטן הרה"ג רבי שאול יודא הורוויץ שליט"א, ר"מ במתיבתא עטרת יעקב, וועלכער האט מיט יארן צוריק געדינט אלס מגיד שיעור אין ישיבה תורת חסד, אנגעפירט דורכן בעל ההילולא זצ"ל.
דער מגי"ש שליט"א האט אין זיינע ווערטער ארויסגעהויבן דעם געוואלדיגן כח אין חינוך וואס דער רבי זצ"ל האט געהאט, אז נאר ווען מ'האט צוגעקוקט וויאזוי ער פירט די ישיבה, האט מען זיך געקענט גאר אסאך לערנען.
דאן האט דער מגיד שיעור שליט"א אויפגעפאדערט די תלמידים מ'זאל האבן דעם ריכטיגן הכרת הטוב, געדענקען דעם גרויסן ראש ישיבה, געדענקען וואס ער האט געוואלט און געשטרעבט, און ממשיך זיין אויף די גוטע דרכים וואס ער האט געלערנט.
א שטילקייט געהערשט אין זאל, ווען דער נואם הכבוד, הגה"צ רבי יצחק אייזיק הלוי טירנויער שליט"א אב"ד שומרי שבת בארא פארק, האט אנגעהויבן זיין דרשה, וועלכע האט באצויבערט די פילע פארזאמלטע.
דער רב שליט"א האט ארויסגעברענגט די גרויסע מעלות פונעם בעל ההילולא זצ"ל, אז אין די יונגע יארן האט ער פלייסיג געלערנט, געהארעוועט אויף תורה.
ער האט פארציילט אז דער רבי זצ"ל האט אלס בחור געלערנט אין ישיבה חתן סופר, וואו זיין, דעם רב שליט"א'ס פאטער, להבחל"ח הגה"צ רבי יהודה טירנויער זצ"ל אב"ד שומרי שבת, איז געווען זיין מגיד שיעור. און דער שומרי שבת רב זצ"ל האט באוואונדערט די התמדה פון זיין תלמיד שמעלקא לייפער, וועלכער האט אין יענע ערשטע יארן נאך די קריג געהארעוועט אין לערנען, און דערצו אויך גאר אן ערליכער בחור, מיט גרויס יראת שמים.
דער רב שליט"א האט באטאנט אז זיין אויפגאבע איז געווען צו רעדן דברי זכרון פונעם בעל ההילולא, אבער אין אמת'ן דער ציבור וואס איז דא פארזאמלט, וועלכע האבן ביי אים געלערנט און נהנה געווען פון זיין השפּעה, און זענען ווייטער ממשיך די גוטע דרכים, דאס אליין איז דער בעסטער זכרון.
דאן האט מען געהערט א שיינע דרשה פון הרה"ג רבי לוי יצחק לייפער שליט"א, אב"ד טעמעשוואר פון טשעסנאט-ריזש, א תלמיד פונעם בעל ההילולא זצ"ל, וועלכער האט דערמאנט די איבערגעגעבנקייט פונעם רבי'ן אלס ראש ישיבה, אז יעדער בחור איז ביי אים געווען ווי א דימאנט, און אט אזוי האט ער יעדן איינעם אויסגעשלייפט, און ארויסגענומען פון אים דאס בעסטע.
דאן האט אויפגעטרעטן מיט גאר א גייסטרייכע דרשה, הרה"ג רבי שמעון מרדכי יונגערווירטה שליט"א אב"ד חוסט, חדב"נ פונעם בעל ההילולא זצ"ל, וועלכער האט ארויסגעברענגט בתוך הדברים, דער זמן פון התבוננות אין אזא געהויבענעם זמן.
דאן האט מען געבענטשט על הכוס, און דער ציבור האט זיך פארשפּרייט מיט געהויבענע געפילן, נאכן מיטהאלטן אזא גייסטרייכער מעמד, מיט באלערנדע דרשות, לזכרו של אותו צדיק.
*
דורכאויס די 24 שעות פון די יומא דהילולא כ"ט שבט, איז דער ציון הק' געווען באלאגערט מיט פילצאליגע משתטחים, וועלכע זענען געקומען מתפּלל זיין בזכותו הגדול פונעם בעל ההילולא זצ"ל.
דער עולם האט שטארק געקוואלן צו זעהן דעם ניי-געבויטן אוהל העכער דעם ציון הק', וואס איז געווען שטארק נוצבאר פארן ציבור במשך פונעם טאג. פון די פענסטערס פונעם אוהל האט זיך טאקע ארויסגעהערט א שטארקע קול תפילה, פון אידן וואס האבן דארט איינגעריסן מיט גרויס התעוררות.
אין א ספּעציעלע טענט אויפגעשטעלט נעבן בית החיים איז געווען צוגעגרייט מילי דמיזן, די משתטחים זאלן קענען מאכן א לחיים, מיט וועלכע פילע האבן זיך דערקוויקט.
דאנערשטאג בייטאג, ביומא דהילולא, האט זיך א שיינער ציבור פארזאמלט, אין שפּיץ פון די איידימער הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א, און אינאיינעם ברב עם געזאגט תהלים און מתפּלל געווען.
דאן האט אויפגעטרעטן מיט פּאסיגע ווערטער א פּלימעניק פונעם בעל ההילולא, כ"ק אדמו"ר מחוסט נדבורנא שליט"א אין גלילות קרית יואל, וועלכער איז א זון פונעם רבי'נס ברודער, כ"ק אדמו"ר מחוסט שליט"א פון ארה"ק.




















Yorumlar