דאנערשטאג פ' כי תבוא - י"ד אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: א.פ.ק.
מיט פרייד האבן די בחורי חמד תלמידים פון די נייע ישיבה גדולה דחסידי פינסק קארלין אויפגענימען די בשורה טובה ומרנינה אז אויף דעם שבת וועט מען האבן די זכיה אז דער נשיא הישיבה כ''ק האדמו''ר מפינסק קארלין שליט''א וועט פראווען בין כותלי הישיבה אינעם עיר התורה והחסידות בני ברק אין מאציל זיין מהודו פאר די טייערע בחורי חמד און די חסידים תושבי העיר.
ווי שוין באריכטעט איז צום דעם זמן הלימודים חודש אלול געעפענט געווארן די טויערן פון די נייע ישיבה גדולה דחסידי פינסק קארלין תחת נשיאותו והדרכתו פון כ''ק האדמו''ר מפינסק קארלין שליט''א וועלכע האט שטארק משתוקק געווען צו גרינדען א באזונדערע ישיבה גדולה פאר תלמידיו וחסידיו ההולכים לאורו הבהיר, אין אצינד איז ב"ה ערפילט געווארן דעם חלל, ווערנדיג ערמעגליכט פאר פינסק קארלינ'ער עלטערן אז די אייגענע קינדער, די בחורי חמד היקרים, זאלן שוין קענען לערנען אין אן אייגענעם ישיבה על דרך הסלולה.
דער ישיבה גדולה איז סטאנציאנירט אינעם עיר התורה והחסידות בני ברק אין א נייעם הערליכן בנין מפואר, און אצינד שטייענדיג אנהייב פונעם זמן האט כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א אויסגעדריקט רצון קדשו צו קומען פירן א שבת אין די ישיבה, אין טאקע דער וואך שבת וועט די רבי אנקומען קיין בני ברק אין פראווען א שבת בבנין הישיבה, מיוחד פאר די תלמידי הישיבה.
*
האדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א ביים פתיחת הזמן אין די ישיבה גדולה דעם ראש חודש אלול העלל"ט
Commenti