top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שיינע רבישע חתונה בחצרות הקודש דינוב – מקור חיים – קיוויאשד | בילדער גאלעריע‎

מיטוואך פ' נצבים - וילך • כ"ב אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

בילדער קרעדיט: ישראל כ"ץ

 

פארלאפענעם מיטוואך איז פארגעקומען אין וויליאמסבורג די רבישע חתונה, פון די כלה א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א, א טאכטער ביי הרה"צ רבי בן ציון ראבינאוויטש רב ביהמ"ד נחלת יעקב אין וויליאמסבורג איידעם ביי הגה"צ אב"ד תולדות אהרן וויליאמסבורג זצ"ל, מיט די חתן א זון פון הרה"ג ר' ישראל הלוי דייטש שליט"א ר"מ ישיבת שאפראן, בן  הגה"צ יחזקאל דייטש שליט"א אבד"ק מקור חיים מאנסי, וחתן כ"ק אדמו"ר מקיוויאשד שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען בקול צהלה ורינה אין די זאלן פון ת"ת ויואל משה אין וויליאמסבורג. 


נאכן התעוררותדיג'ן מעמד קבלת פנים איז מען ארויס צום מעמד החופה ברחובה של עיר ביי וועלכן מען האט געזינגען ניגונים וואס זענען מיוחס צום הייליגן בני יששכר זי"ע זיידע פון חתן וכלה. כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א האט מכבד געווען מיט סידור קידושין מחותנו הגה"צ אב"ד מקור חיים שליט"א א זיידע פון חתן, כ"ק אדמו"ר מקיוויאשד שליט"א זיידע פון חתן איז מכובד געווארן מיט ברכות ראשונות. און הגה"צ אב"ד נאדבורנא לעיקוואד שליט"א פעטער מצד הכלה מיט ברכה אחריתא, עס האט נאכגעפאלגט מיט א מחול לצדיקים אויפן בימת החופה, ספעציעל האט זיך דער דינוב'ער רבי שליט"א ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד מיט אחיו הגדול כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א וועלכער האט זיך מטריח געווען מיטצוהאלטן די שמחה.


נאך די חופה איז די רבי שליט"א אנגעקומען לבית מדרשו ווי עס זענען געווען פארזאמלט די בחורי חמד תלמידי הישיבה, און מען האט געדאוונט מעריב ברוב עם, דערנאך איז פארגעקומען די סדר הלימוד פון שעות רצופות לכבוד די שמחה, ווען דער רבי שליט"א שפאצירט צווישן די לומדים שעפענדיג גרויס קורת רוח. ארום צעהן דרייסיג איז דער רבי שליט"א ערשינען אין זאל לקול תרועת הזמר און זיך געוואשן צום סעודת החתונה, בשעת די ריקודין איז געווען א געלעגענהייט פאר די חסידים אריבערצוגיין לברך בעידן חדוותא. צווישן די אדמורי"ם ורבנים וועלכע האבן זיך משתתף געווען, האחים האדמורי"ם מוויען און סערדהעלי שליט"א פעטערס פון די כלה, כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וויליאמסבורג שליט"א און המשפיע הרה"צ רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א ראש חבורת נחלת יעקב.


גאר שטארק האט זיך אנגעזעהן די ריקודין נפלאה פון חברי חבורת נחלת יעקב אין וויליאמסבורג וואס איז סטאנצאנירט אין ביהמ"ד 'שמן למאור' ווי דער אבי הכלה שליט"א דינט אלס דער מרא דאתרא פון די קהילה נאה וחסידה, די מתפללי ביהמ"ד און בני החבורה האבן זיך משמח געווען א לענגערע צייט בבגדי שבת בשמחה של מצוה, אזוי אויך האבן זיך מיטגעפרייט תלמידי ישיבת שאפראן לכבודו פונעם אבי החתן וועלעכע דינט שוין לאנגע יאהרן אלס מרביץ תורה אין ישיבה. נאכן בענטשן האט מען צוגעטראטן צום מצווה טאנץ ווען בדחנא דמלכא ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו האט אויפגערופן דעם דינוב'ער רבין שליט"א צום מצוה טאנץ,  דער רבי שליט"א האט געטאנצן לפני הכלה למעלה מכוחותיו זייענדיג ארומגענימען בבנים כשתולי זיתים סביב, דערנאך זענען געטאנצן די זיידעס און מחותנים האדמורי"ם והרבנים שליט"א.  


די חתונה האט נאכגעפאלגט מיט די שבת של שמחה די שבע ברכות אין ביהמ"ד הגדול דינוב אין וויליאמסבורג, ווי פילע געסט תלמידים וחסידים זענען געקומען צופארן מיטהאלטן דעם שבת, ביים טיש פרייטאג צונאכטס נאכן בענטשן איז די רבי געטאנצן מצוה טאנץ כנהוג. שבת אינדערפרי איז פארגעקומען די שמחת קריאת השם ביי הרה"ג ר' יחיאל מיכל דייטש שליט"א, א ברודער פונעם חתן און נאך מוסף איז פארגעקומען די קידושא רבא לכבוד די שמחה, נאכגעפאלגט מיט די סעודת עתיקא קדישא אין די זאלן פון ת"ת ויואל משה בהשתתפות דער גרויסער זיידע דער דינוב'ער רבי שליט"א.







































Commentaires


bottom of page