מונטאג פ' ויחי • י"ג טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש
דעם מוצאי שבת האט כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א באזוכט אינעם נייעם 'מיטב גראסערי' אויפן 17-M בגלילות קרית יואל ווי די פראדוקטן ווערן פארקויפט פאר ביליגע פרייזן ערמעגליכט דורך עסקני ונגידי תושבי קרית יואל, דער רבי איז ארוגעגאנגען אינעם גראסערי און זיך אומגעקוקט אויף אלע אפטיילונגען, און דערנאך קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האבן אויפגעטרעטן הרה''צ רבי העניך מרדכי מייזליש אב''ד טאלטשאווע און העסקן ר' מרדכי יושע לאנדא הי"ו, דער רבי האט געטרינקען לחיים און משמיע געווען דברי ברכה פאר די נגידים און עסקנים און דערביי אויסגעשריבן א טשעק פון אכט טויזענט דאללער, די סכום פון א חודש רענט, אין דערמיט נעמען א חלק צו קענען אויסהאלטן דעם גראסערי.
Comments