top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

דברים כדברונות: האד' מבעלזא טרעט ארויס קעגן אמעריקאנער רעגירונג אין צוזאמענהאנג מיט שווערן מצב המלחמה

זונטאג וזאת הברכה א' • ד' תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

דברים כדברונות זענען געהערט געווארן פארלאפענעם יום טוב ראש השנה ביינאכט דורך כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, וועלכער האט ביים טיש ליל א' דיו"ט אין א זעלטענעם שריט ארויסגעטרעטן קעגן די אמעריקאנער רעגירונג אונטער די פירערשאפט פון פרעזידענט ביידן, אין צוזאמענהאנג מיט דעם יעצטיגן שווערן מצב המלחמה אין ארץ ישראל, זאגנדיג אז די אמעריקאנער רעגירונג שיקט טאקע כסדר געלט און וואפענס פאר מדינת ישראל, אבער זיי מיינען גארנישט אונזער טובה נאר אלעס פאר זייערע אייגענע אינטערעסן כדי אז מיר זאלן זיין נכנע אונטער זיי, און צום סוף וועלן זיי נאך האבן א מפלה.


דער רב שליט"א האט בתוך דברי תורתו מרחיבגעווען איבער דעם וואס ווערט געברענגט אין מדרש אז יעקב אבינו האט געזעהן די שרים פון די אלע פעלקער וועלכע האבן מכניע געווען די אידן אין גלות, די שרים פון בבל מדי און יוון האט ער געזעהן אז זיי פאלן טיף אבער ווידעראום דעם שר פון אדום האט ער געזעהן אז ער גייט גאר העכער און העכער, און פון דעם האט יעקב אבינו שטארק מורא געהאט וויבאלד ער האט געזעהן אז עס וועט קומען א צייט וואס אידן וועלן האבן א טובת הנאה פון דער שר פון אדום, אבער דער אייבערשטער האט אים געזאגט 'אל תירא עבדי יעקב' דו דארפסט נישט מורא האבן ווייל זיי מיינען באמת נישט די טובה פון די אידן נאר זייערע אייגענע אינטערעסן אז די אידן זאלן זיין זייערע משרתים, און צום סוף וועלן זיי אויך האבן א ירידה, וואס דאס אלעס האט דער רב אויסגעטייטשט אויף די יעצטיגע אמעריקאנער רעגירונג אונטער די ביידן אדמיניסטראציע וועלכע שיקט כסדר'דיגע שטיצע פאר מדינת ישראל אבער באמת מיינען זיי אינגאנצן נישט אונזער טובה, און צום סוף וועלן זיי אויך האבן א ירידה ווען משיח וועט קומען במהרה.

Comments


bottom of page