דינסטאג פ' בלק • י' תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש
מיט עקסטאזליכע פרייד נעמען חסידי סאטמאר אין שטאט מאנטרעאל אויף די דראמאטישע אנטוויקלונג פון הרחבת גבולי הקדושה, ווען בהורמנותא דמלכא פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וועט אויף דעם קומענדיגן שנת הלימודים תשפ"ה געעפנט ווערן די נייע "תלמוד תורה תורה ויראה דסאטמאר".
די ערשטמאליגע סאטמארער תלמוד תורה אין מאנטרעאל מיט'ן אריגינעלן שם הקודש "תלמוד תורה תורה ויראה" קומט אין א צייט ווען די סאטמארער קהלה אין מאנטרעאל האט זיך דראסטיש צעוואקסן און צעבליעט בליעה"ר, ובפרט די לעצטע עטליכע יאר זינט'ן מחנך זיין דעם פנת יקרת, דער ביהמ"ד הגדול דסאטמאר אויף פארק עוועניו, וואס איז אויסגעשטיגן אלס גרעסטער תורה ותפלה צענטער אין שטאט, און אויך איז נתייסד געווארן דער הערליכער "כולל אברכים" וואס איז מצליח למעלה מן המשוער, ווען אין דער זעלבער צייט זעצט פאר דער וואוקס מיט אן אומגעהויערע שנעלקייט, וגדיים נעשו תיישים, און ס'האט זיך כסדר געהערט א תשוקה עזה ביים ציבור צו גיין מחיל אל חיל, און אויך פארמאגן אייגענע מוסדות, וואו די קינדער זאלן אויסשטייגן אונטער די הייליגע הנהגה און השפעה פונעם רועה נאמן כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.
ביי אן אסיפה פארגאנגענע וואך בקודש פנימה ביים רבי'ן שליט"א אין קרית יואל, אינאיינעם מיט די רבני ודייני הקהלה אין מאנטרעאל, האט דער רבי געגעבן א רייע יסודות איתנים און הדרכות פאר די אלע ענינים פון הנהגת הקהלה בעניני תורה ותפלה, קדושת ביהמ"ד, אמונה ודיעות, צניעות און לבוש, הדרכה לאברכים, און פיל נאך, און באותו מעמד אויסגעדרוקט רצון קדשו און געגעבן די פקודת הקודש צו עפענען די נייע תלמוד תורה 'תורה ויראה', אויפ'ן קומענדיגן שנת הלימודים תשפ"ה, וואו די קינדער פון אנ"ש חסידי סאטמאר חברי הקהלה זאלן נתחנך ווערן על דרך התורה והמסורה פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע. די נייע תלמוד תורה אונטער'ן נשיאות הוד פונעם סאטמארער רבי'ן שליט"א וועט זיך צוערשט עפענען פאר די יונגערע כיתות פון נורסערי, קינדערגארטן און כתה א', און כסדר גיין העכער מיט פרישע כיתות.
די בשורה מרנינה איבער די נייע סאטמארע תלמוד תורה אין מאנטרעאל רופט ארויס אן אויסטערלישע שמחת הלבבות ביי חסידי סאטמאר אומעטום, וועלכע פאלגן נאך די ווייטערדיגע אנטוויקלונגען פון פתיחת המוסדות מיט רגשי גיל וחדוה און גייסטרייכע שפאנונג זיך מיטפרייענדיג מיט שמחת אחיהם אחים לדיעה אין ווייטן מאנטרעאל וועלכע זענען זוכה צו גיין 'פתיחה' פאר די נייע ממלכת החינוך, בשעה טובה ומוצלחת.
Comments