דאנערשטאג פ' בשלח • ט"ו שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש
מיט געפילן פון התרגשות גרייטן זיך חסידי מאחנובקא בעלזא תושבי עיר הבירה לאנדאן צו מקבל פנים זיין דעם גרויסן גאסט, כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א, וועלכער איז ערווארטעט אנצוקומען בשערי העיר דעם קומענדיגן מיטוואך אויף א בליץ באזוך אין שטאט צו באשיינען די שמחת החתונה פון די כלה א טאכטער פון הגה"ח ר' ישכר בעריש ענגלאנדער ז"ל זוהן פון הרבני הנגיד ר' אליש ענגלנדער שליט"א.
ר' בעריש ז"ל האט געדינט אלס ראש כולל דחסידי מחנובקא בעלזא אין לאנדאן און איז ליידער טראגיש נפטר געווארן יונגערהייט בשנת תשע"ב, זינט דאן טוט כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א שטארק מחזק זיין די משפחה, און טוט שטענדיג באשיינען די שמחות במעונם.
טראץ דעם וואס די חתונה קומט פאר אינמיטן די שבעת ימי המשתה לרגל די חתונה פון א אייניקל ביים רבי'ן וואס קומט פאר דעם קומענדיגן מאנטיג וועט די רבי אינטערנעמען די נסיעה משמח צו זיין די יתומים און אלמנה און מפאר זיין בראש השמחה.
די רבי שליט"א וועט זיך ארויסלאזן פון ארץ ישראל מיטוואך צופרי, און באשיינען די חתונה מיטוואך נאכט, צומארגנס דאנערשטיג וועט די רבי דאווענען שחרית אינעם בית המדרש המרכזי דחסידי מכנובקא בעלזא נאכגעפאלגט מיט א מסיבת לחיים און מעמד קבלת פנים. אין לויף פונעם טאג וועט די רבי אויפנעמען קהל חסידיו לעצה ולברכה, און ביים זמן רבינו תם וועט די רבי שליט"א אריינקומען צום סעודת הילולא לרגל כ"ג שבט די יומא דהילולא קדישא פון זקינו הרה"ק דער מיטעלער בעלזא רב זי"ע, אינעיינעם מיט די סעודה לגומרה של תורה סיום מסכת זבחים אין ראם פון חברת הוגי תורה דחסידי מכנובקא בעלזא וואס האט געזאלט פארקומען היינטיגן דאנערשטיג און איז אפגעשטופט געווארן לכבוד דעם רבינ'ס באזוך אין שטאט. תיכף נאכן טיש וועט זיך די רבי ארויסלאזן צום לופטפעלד אויפן וועג צוריק אהיים קיין ארץ הקודש.
Comentários