זונטאג פ' ראה • כ"א אב תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדעיר קרעדיט: שלומי טריכטר - JDN
מאסן אידן האבן נעכטן במוצאי מנוחה שווארץ געמאכט די ירושלימער גאסן ביים מסע הלוי' פון אחד המיוחד מגדולי ירושלים של מעלה האי גאון וצדיק בוצינא קדישא כ"ק אדמו"ר מפאריסוב זצוק"ל בלויז געציילטע שעהן נאך וואס דער רבי איז נתבקש געווארן לישיבה של מעלה, בשעת ווען דער אטמאספער פון טרויער און יתמות שפירט זיך איבעראל איבער'ן פלטרין של מלך, אין עס האט זיך טיף געשפירט דעם 'ירושלים אבדה כלי חמדתה', מען האט פארלוירן איינער פון די גרויסע צדיקים ומקובלים אין שטאט, מנקיי הדעת שבירושלים של מעלה, וואס האט משפיע געווען מהודו ומזיוו קדושה וטהרה, און אריינגעשיינט אמונה טהורה אין אידישע הערצער, וירב בבת יהודה תאניה ואניה.
אנגעהויבן פון נאך די הסתלקות אין די פריע פארטאג'ס שעהן בהאי קטירא אתקטיר, דורכאויס גאנץ שבת איז די מיטה געוועהן ארומגענומען מיט פילע תלמידים מקורבים וועלכע האבן געזאגט פרקי תהילים דארט אינעם הייליגן שטוב ביתו נאווה קודש אויף רח' פקיעין, ווי די רבי האט צווישן די פיר ווענט געדינט דעם בורא בדביקות עילאה. די לוי' איז באשטימט געווארן אויף מוצאי שבת וואו דער רבי האט אויסגעדריקט רצון קדשו בחיים חיותו צו תיכף אפרעכטן די לויה און זיך נישט אויפהאלטן פאר די קינדער אין אויסלאנד. א קורצע צייט נאך זמן מוצאי שבת האט מען געפירט די מיטה צום מקווה טהרה בבית מדרשו אויף רח' בארדיטשוב אין די בתי ווארשא געגנט, אינעם מקווה ווי די רבי האט זיך מקדש ומטהר געווען בסילודין פאר גאנצע פערציג יאהר איידערן אפרעכטן זיין הייליגע עבודה תמידין כסדרן, נאך די טהרה איז די מיטה אנגעקומען צום רחבת כיכר זופניק בקרתא דשופריא ווי עס זענען געווען פארזאמלט טויזנטער אידן אפצוגעבן דעם כבוד הראוי און באוויינען דעם סילוקו של צדיק.
מען האט געזאגט פרקי תהילים און דערנאך זענען געהערט געווארן הספדים וקול נהי נשמע מציון ווי די חשובע מספידים האבן אין א רייע באוויינט דעם גודל האבידה שאין לה תמורה, צום ערשט האבן אויפגעטראטן די חשובע ברודער'ס כ"ק האדמורי"ם שליט"א, אחיו הגדול כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א, דערנאך די יונגערע ברודער כ"ק אדמו"ר מקאלושין שליט"א, און כ"ק אדמו"ר מזעליחוב שליט"א וועלכע האבן זיך שווער געזעגנט פונעם באליבטן ברודער, און ארויסגעברענגט זיין עבודת השם בסילודין מימי נעוריו, בעטענדיג די רבי ער זאל מעורר זיין רחמי שמים מרובים אויף כלל ישראל בפרט בעת צרה ווען כלל ישראל און תושבי ארץ הקודש בפרט זענען אנגעוואנדן אויף ישועות גדולות ברוחניות ובגשמיות. צום שלוס האט הגה"צ המקובל רבי עמרם אופמאן מראשי ישיבת המקובלים שער השמים און מו"ץ העדה החרדית משמיע געווען דברי הספד זייענדיג פאררעכנט פון די אויסגעקליבענע מניןמקובלים וועלכע פלעגן מיטדאווענען מיטן פאריסובער רבי'ן זצ"ל מדי יום ביומו שחרית כותיקין בבית מדרשו.
דערנאך האט אחיו הגדול כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א מכתיר געווען די צוויי חשובע זון בנו הגדול הרה"צ רבי אברהם ראבינאוויטש שליט"א אלס ממלא מקומו באדמורו"ת פאריסוב אין ירושלים, און בנו הרה"צ רבי הלל ראבינאוויטש שליט"א אלס אדמו"ר מפאריסוב במקום מושבו אין מאנסי, דערנאך האבן די אבלים געריסן קריעה כדת וכדין, און בנו מ"מ כ"ק אדמו"ר מפאריסוב שליט"א האט געזאגט קדיש.
פון דארט האבן די טויזנטער פארזאמלטע באגלייט די מיטה צופיסנס דעם לאנגן וועג ביז צום הר המנוחות, אין שפיץ פון פילע אדמורי"ם ורבנים צווישן זיי די חשובע ברודער'ס האדמורי"ם שליט"א, די איידימער האדמורי"ם מקרעטשניף קרית גת און ספינקא בני ברק, און האדמורי"ם מבאיאן, דושינסקיא, לעלוב ניקלשבורג, מהרי"ד מלעלוב, קהל חסידי ירושלים, שומרי אמונים ירושלים, ספינקא 18, טרעבישאן, לעלוב בני ברק, שידלובצא, לעלוב בראנוביץ, סטראפקוב, זידיטשוב שיקאגא, קאסוב ירושלים, דעעש ירושלים, ספינקא רמ"א, תורת חכם, הרה"צ המשפיע רבי יצחק משה ארלנגר און נאך פיל.
באישון ליל אום 2:00 אויפדערנאכט, איז די רבי זכר צדיק לברכה געקומען לקבורה אויפן הר המנוחות ביים חלקת הרבנים סמוך ונראה צום ציון הק' פון אביו הגה"ק רבי בנימין ראבינאוויטש זצ"ל ממשכנות הרועים, נאך סתימת הגולל האט הגה"צ המקובל רבי יעקב עדס שליט"א פארגעזאגט קבלת עול מלכות שמים און מעורר געווען דעם ציבור לתשובה ותיקון המעשים.
Comments