top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מאנסי • גרויס פרייד צום התייסדות פון ערשטע צאנזער ישיבה על אדמת אמעריקא

מונטאג פ' ויחי • י"ג טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש


מיט גרויס שמחה וחדוה דאורייתא האבן חסידי צאנז אין אמעריקא אויפגענומען די פרייליכע אנטוויקלונג פון הרחבת גבולי הקדושה, מיטן התייסדות פונעם נייעם ישיבה לצעירים - די ערשטע צאנזער ישיבה על אדמת אמעריקא.


מיט די הערליכע בליה און וואוקס פון דער צאנזער קהילה אין אמעריקא האט זיך שטארק אויסגעשטעלט אינטערעסע אין פארלאנג פאר א ישיבה קטנה ווי די חסידים זאלן קענען ערציען די קינדער אויפן אויסגעטראטענעם דרך, אצינד איז בברכתו ועידודו פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, און בהכוונתו פון בנו הגה"צ רבי יוסף משה דב הלברשטאם רב חסידי צאנז אין אמעריקא באשלאסן געווארן צו עפענען א נייע ישיבה לצעירים צום קומעדיגן שנת הלימודים, אינעם עיר ואם בישראל מאנסי.


אלס מנהל הישיבה איז אויפגענומען געווארן הרה"ג ר' צבי אריה סעקולע שליט"א וועלכע איז שוין לאנגע יארן באקאנט מיט זיין מומחיות אין די פעלד פון חינוך אוועקצושטעלן בחורים צו זייער מאקסימום הצלחה, אין ישיבת עץ חיים וואו ער האט געדינט אלס משגיח, אין צוגאב וועלן אין די קומעדיגע חדשים אויסגעקליבן ווערן א ספעציעלע ערפארענע שטאבע מגידי שיעור אין סטעף פאר די ישיבה קטנה, תלמידי חכמים מפורסמים אין מחנכים דגולים.

Comments


bottom of page