top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

כבני מרון: נייער סדר פון "שורה מיוחדת" בחצה"ק סאטמאר אריינצוגיין אל הקודש פנימה בימי הרחמים והרצון

מיטוואך פ' ראה • כ"ד אב תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך

 

מטעם הנהלת קהל יטב לב דסאטמאר אין קרית יואל איז געמאלדן געווארן לקראת די ימי הרחמים והרצון, ווען די טויזנטער חסידים ובני ביתם גייען אריין אל הקודש פנימה לברך ולהתברך צום נייעם יאר, אז אין ליכט פונעם ריבוי העם בליעה"ר ווען פילע טויזנטער חסידים באלאגערן דעם רבי'נס הויז און ס'איז זייער אנגעשטרענגט די צייט, ווערט צוגעלייגט אויך א סדר מיוחדת פון דורכגיין אין א "שורה", בלויז די מענער, טאטעס און קינדער.


דער נייער סדר וועט זיין יעדן טאג אין די זמני כניסה בביתו נאוה קודש פונעם רבי'ן שליט"א אויף אוהעל קאורט, צווישן די שעה'ן פון 5:30 ביז 7:00 פארנאכטס, וואס דאן וועט מען בלויז קענען דורכגיין איינס נאכ'ן צווייטן אין א שורה מיט א פדיון ופתקא, נאר אבות ובנים, אן די בני בית, מקבל זיין די ברכת הקודש און כתיבה וחתימה טובה, אן שאלות און ספעציעלע הזכרות. פון 8:00 און ווייטער וועט דער סדר געטוישט ווערן צום אופן הכניסה ווי ביז היינט, אריינצוגיין איש וביתו און די הויז געזונד, באופן פרטי, לעצה ותושי', אדער פאר חברי אהבת קדומים ואנשים מכובדים, וכדומה.


דער נייער פראקטישער סדר גייט אריין אין קראפט דעם קומענדיגן זונטאג שופטים, און וועט אנגיין דורכאויס אלע טעג ווען ס'איז דא זמני כניסה, בימי הרחמים והסליחות, ווי ס'ווערט באזונדער געמאלדן אויף די וועכנטליכע מודעות פון זמני כניסה.



Comentários


bottom of page