top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קאלאסאלע 15 מיליאן שקל אויפגעטריבן ביי רייכע באנקעט למען הקמת מרכז העולמי דחסידי תולדות אהרן

זונטאג פ' בלק • ח' תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

 

היסטאריע איז געשאפן געווארן דעם פארגאנגענעם ליל שישי בחצר הקודש תולדות אהרן ביים רייכן באנקעט אלס הכנה צום מעמד הגדול "המייסדים" וואס קומט פאר היינט אויפדערנאכט מיט'ן ציל צו שאפן סכומים אדירים פאר'ן אויפבוי פונעם נייעם ביהמ"ד הגדול, די מסיבה איז פארגעקומען אין שטוב פונעם איש חי ורב פעלים הרבני הנגיד ר' מרדכי קרויס הי"ו מגדולי עסקני ונדבני הקהלה, בראשות פונעם רבי'ן שליט"א, וואו עס איז ארום א טיש פון 26 נגידים מהיושבים ראשונה במלכות, צאמגעשטעלט געווארן דער קאלאסאלע סכום פון 15 מיליאן שקל פארן פראיעקט, דורך א קבוצה נכבדה פון 26 נגידים וואס האבן בייגעשטייערט די פאנטאסטישע נדבות פאר'ן גרויסן פראיעקט.


ביי די מעמד האבן אויפגעטראטן דער יושב ראש הרב מאיר מרדכי בערקאוויטש הי"ו וועלכע איז געקומען צופארן אויפצוטרעטן ביי די היינטיגער מעמד המייסדים, און א דרשה נלהבה איז געהערט געווארן דורך דער נואם בחסד עליון הרה"ג ר' איטשע מאיר שטערנבוך שליט"א ר"מ בישיבת מיר וועלכע האט אנגעווארמט די הערצער פון די משתתפים יחידי סגולה. כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א וועלכע האט באשיינט די מסיבה האט משמיע געוועהן דברות קודש וברכה, וואו די רבי האט ארויסגעהויבן די ווארעמקייט וואס מען זעהט ב"ה ביים היימישן עולם למען הקמת בית חיינו, און איבערגעלאזט ברכות לרוב פאר די נדיבי עם קודש די נחשונים פון דעם הייליגן פראיעקט. באותו מעמד איז הנדיב ר׳ מרדכי קרויס הי"ו, אנטקעגנקומען די וועד קרן הבנין, צו שענקען דעם ערשטן מיליאן דאלער!, איינצופעדימען די היסטארישע אונטערנעמונג תיכף ומיד, דאס איז אין צוגאב צו די גרויסער געלטער וואס ר' מרדכי האט זיך שוין געלאזט קאסטן פאר די הוצאות פון די לעגאלע פערמיטן, אויך הנגיד ר' מאיר סאמעט הי"ו מגדולי תומכי המוסדות האט זיך אנגעשלאסן מיטן פאנטאסטישן סכום פון א מיליאן דאלער צו קענען זאפארט אנהייבן די בוי ארבעט תיכף נאך די קומענדיגע ימים טובים חודש תשרי וועט מען איינווארפן דעם 'אלטן בנין' הביהמ"ד.




Comments


bottom of page