זונטאג פ' מטות מסעי • כ"ב תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: אחים לאנטשעווסקי
פאריגע וואך אהיימקומענדיג פון לאנדאן - איידער'ן זיך ארויסלאזן אין קעמפ אויפ'ן זומער, האט כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א, באזוכט אינעם נייעם ביהמ"ד הגדול דחסידי באבוב 45 אין בארא פארק, אומקוקנדיג זיך פון די נאנט אויף די גרויסע פארשריט וואס איז ב"ה געמאכט געווארן אין די לעצטע חדשים.
אין א לענגערע באזוך וואס האט פארשאפט גרויס נחת, האט דער רבי שליט"א, אין באגלייטונג פון ראשי הנהלת ועסקני 'קרן הבנין' אין שפיץ פון בנו הרה"צ רבי יחזקאל אונגער שליט"א מראשי וועד קרן הבנין, און האט דורכשפאצירט דעם בנין לארכה לרחבה, איבער אלע זיבן שטאק, ביים היכל הגדול, מקוה טהרה, היכל התורה און נאך, הערנדיג א באריכט איבער די אנטוויקלונגען אין יעדן איינציגן אפטיילונג.
דעם יעצטיגן באזוך איז אפגעהאלטן געווארן אין א צייט ווען דאס בנין איז אין א געוויסן זין פולקאם געבויעט, און ווארט נאר אויף צודעקונג, אינעווייניגסטע איינריכטונגען און נאך פארשידענע זייטיגע ארבעט וואס וועלן אי"ה ברענגען דעם בנין צום פולן.
Comments