דינסטאג פ' כי תבוא • י"ד אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: משה גאלדשטיין
פארלאפענעם וואך איז כ''ק האדמו''ר מצאנז שליט''א אנגעקומען צום שטאט חיפה וואו עס איז געוועהן זמני כניסה פאר די חסידים תושבי העיר אריינצוגיין מיט קוויטלעך לקראת די הייליגע טעג. באלד ביים אנקומען אין ביהמ"ד זענען אריין אל הקודש פנימה די ראשי ועסקני המוסדות וועלכע האבן איבערגעגעבן א באריכט איבער די פתיחת המוסדות צום נייעם לערן יאהר מיט גרויס הצלחה. בין הנכנסים זענען אריין פילע רבני העיר פון אלע קרייזן.
נאך מעריב אינעם ביהמ"ד המרכזי האט די רבי שליט"א אפגעראכטן א שולחן לחיים און משמיע געוועהן דברות קודש בחיזוק קביעת עיתים לתורה און ארומגערעט בשבח הקהילה וואו ער הערט כסדר צוריק די גוטע גריסן פון בנו הגה"צ רבי אברהם הלברשטאם אב"ד קרית צאנז טבריה וועם די רבי האט אויך ממנה געוועהן אלס רב אין די קהילה אין חיפה. דערנאך האט די רבי פארטיילט א מתנת קודש א לעדערנע תהילים פאר די תומכים פונעם נייעם צאנזער מיידל שולע 'בנות חיה' אין חיפה.
Comentários