מיטוואך פ' וישלח • ט"ז כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש
היינט נאכמיטאג איז ראש הישיבה מרן הגאון רבי שאול אלתר שליט''א אנגעקומען צום יישוב אלון שבות אין די גוש עציון געגענט בגלילות ירושלים וואו די ראש ישיבה האט מנחם אבל געוועהן בבית משפ' ראזנצווייג וועלכע זענען היינט אויפגעשטאנען פון די שבעה נאך די טראגישע פטירה פון הב' הקדוש איתן דוב רוזנצווייג הי''ד וועלכע האט זיך פאררעכנט אלס א תלמיד פונעם ראש ישיבה אין איז ליידער אומגעקומען ביי די שלאכטן דעם יו''ט שמחת תורה.
דערנאך איז די ראש ישיבה אנגעקומען אויף א באזוך אינעם ארטיגן ישיבה הר עציון אינעם יישוב אין אויפגעטראטן מיט א שיחת חיזוק אין דברי הספד אויף תלמידו הב' איתן דוב רוזנצווייג הי''ד מבוגרי הישיבה.
Comments