מיטוואך וזאת הברכה א' • ז' תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש
מיט פרייד ווערט אויפגענומען ביי כלל ישראל די ידיעה משמחת אז כ"ק אדמו"ר מצאנז-סטראפקוב שליט"א איז געקרוינט געווארן דורך זיינע ברידער כ"ק האדמו"רים לבית צאנז שליט"א ממשיך צו זיין די פעולות נשגבות פון דעם וועלטבארימטן "מכון יוחסין", וואס איז געווען משאת נפשו הטהורה פון אביהם הגדול כ"ק אדמו"ר מצאנז זצוק"ל.
גלייך נאכן חורבן האט כ"ק אדמו"ר מצאנז זצוק"ל אנגעהויבן מיט זיינע אנדערע פעולות נשגבות פאר כלל ישראל, און האט אוועקגעשטעלט די המשכת הדורות פון דעם הייליגן צאנזער שלשלת אויף די הייליגע דרכים וואס ער האט צוגעזען ביי אבותיו הקדושים אין צאנז, ביז'ן הייליגן דברי חיים זי"ע. דאס התקשרות פונעם רבי'ן זצ"ל צו זיינע אבות הקדושים האט מען געפילט במשך זיין הייליגן לאנגן לעבן ביזן לעצטן אטעם, ווי ער שרייבט אין זיין הייליגע צוואה: "ידעתי וגם ידוע לכם שנתגדלתי על ברכי מרן אאמו"ר זצוק"ל ואא"ז מרן האבד"ק צאנז זי"ע הי"ד עד בוא היום המר והנמהר י"ח אלול שנת תרצ"ט, שביום הזה מרה הי' לי, ונפרדה אצלי כל חיותי, ונפרדתי מהאור הגדול." אט דעם "אור הגדול" האט דער רבי ווייטער ממשיך געווען על אדמת אמעריקע אן קיין שום פשרות.
דער רבי זצ"ל אויך געזען די נויטווענדיגקייט פון גרינדן א "מכון יוחסין" וואס זאל חוקר זיין און פאראייביגן דעם אפשטאם פון ערליכע אידן, נאכדעם וואס אזויפיל אידן זענען נעבעך אוועקגעריסן געווארן און ס'איז געבליבן קוים אחד מעיר ושניים ממשפחה.
פאר איבער זעכציג יאר, פון שנת תשי"ב ביז די לעצטע יארן פון זיין לעבן, האט דער רבי זצ"ל - מיט להבחל"ח בנו בכורו כ"ק מרן אדמו"ר מצאנז שליט"א שטייענדיג צו זיין רעכטער האנט - צוזאמענגענומען דעם יחוס פון כלל ישראל, און געשאפן אן אוצר אדיר פון 1,500 בענדער פון צענדליגער טויזנטער עמודים.
נאך דעם געוואלדיגן חלל וואס איז געשאפן געווארן מיט דער פטירה פון כ"ק אדמו"ר מצאנז זצוק"ל, איז דער עבודת הקדוש ליידער געקומען צו אן אפשטעל, און רבים אומרים מי יראנו טוב, כלל ישראל וויל ווייטער קענען נהנה זיין פון די עבודת הקודש. אין די לעצטע יארן האט בנו חביבו כ"ק אדמו"ר מצאנז-סטראפקוב שליט"א זיך אריינגעווארפן אין דעם פראיעקט, און האט בס"ד אויפגעטון גדולות ונצורות צו קענען ברענגען דעם אוצר אדיר פון "מכון יוחסין" פאר כלל ישראל, און נאך פארברייטערט ווייטער מיט די היינטיגע פארבעסערטע מעגליכקייטן, און דערצו האט דער רבי שליט"א אויפגענומען הרב ר' בעריש וועבער שליט"א פון די גרעסטע חוקרי היחוס בזמנינו מוסיף צו זיין כהנה וכהנה.
שטייענדיג נענטער צום מאמענט ווען "מכון יוחסין" וועט זיך בע"ה צוריק עפענען לשמחת כל בית ישראל, האבן כ"ק האחים האדמו"רים לבית צאנז שליט"א געקרוינט כ"ק אדמו"ר מצאנז-סטראפקוב שליט"א ממשיך צו זיין מיט דער עבודת הקודש לאורך ימים ושנים טובים, זעענדיג אין אים דער גברא דמריה סייעיה צו ברענגען פאר כלל ישראל בבת עינו פון אביהם הגדול זצוק"ל.
Comentarios