מוצאי שבת פ' נשא • ט' סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש
א וואלקן פון טרויער האט זיך אראפגעלאזט צווישן עדת חסידי גור איבער דער גארער וועלט, צוזאמען מיט אידן פון אומעטום וועלכע ווייטאגן נאך די פטירה פון די הויכגעשעצטע אשת חבר המפורסמת במעשי' הטובים, בת גדולים וקדושים הרבנית הצדיקת ציפורה פייגא אלתר ע"ה, מחברתו הטהורה פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל 'פני מנחם' מגור זי"ע און די אם הבנים שמחה פונעם הערליכן משפחת המלוכה וועלכע האט יעצט פארמיטאג אויסגעהויכט איר נשמה אין עלטער פון 98 יאר, במעמד בני' הרבנים הגאונים שליט"א און א מנין בני משפחה, לדאבון בני משפחתה הרוממה ולמגינת לבם פון אלפי חסידי גור פון איבער דער גארער וועלט.
די הויכגעשעצטע רביצין איז געווען א טאכטער פון הגה"ח ר' אברהם מרדכי אלתר זצ"ל נין ונכד לצדיקי בית גור, זי איז געוועהן א אשה צדקנית פון פריערדיגן דור, א בעלת השגה אויף וועמען מען האט דערקענט דעם געהויבענעם יחוס וואס זי האט געצויגן, און דעם געהויבענעם יחס עצמה וואס זי האט פארקערפערט מיט זיך, זייענדיג א סימבאל פון אן אשת חבר, צושטייענדיג מיט א זעלטענעם געטריישאפט לימין בעלה הגדול דער 'פני מנחם' זצוק"ל במשך אלע יארן סיי אלס ראש ישיבה און דערנאך אלס רבי, אז ער זאל האבן די מעגליכקייט אנצוגיין מיט זיין עבודת הקודש אן קיין שטער.
די ביטערע בשורה מיטן פטירה פון הרבנית הצדקנית ע"ה קומט נאך צוויי שווערע וואכן, ווען די רעבעצין ע"ה האט זיך ליידער געפונען אין שפיטאל אין זייער א שווערן צושטאנד, מיט כסדר'דיגע עליות און ירידות אינעם מצב, בעת וואס כלל חסידי גור בתוך שאר ישראל זענען מתפלל און מעתיר לרפואתה.
פרטים איבער די לוויה וועט נאכפאלגן.
Comments