דאנערשטאג פ' מטות מסעי • כ"ו תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש
מיט גרויס שמחה ווערט אויפגענומען בקרב העיר בארא פארק די בשורה מרנינה, איבער א מאסיווע אונטערנעמונג וואס ווערט אונטערגענומען בחצר הקודש "ליסקא", אויפצובויען א פראכטפולער בנין מפואר "ביהמ"ד הגדול עטרת צבי דליסקא", וואס וועט דינען אלס לייכט-טורעם און צענטערפונקט וואו חסידים ואנשי מעשה פון אלע שיכטן און קרייזן וועלן געפינען א ווארעמען ערליכן ווינקל לתורה ותפלה, אונטער'ן נשיאות פון כ"ק אדמו"ר מליסקא שליט"א.
דער ליסקא ביהמ"ד אין בארא פארק איז נתייסד געווארן תיכף נאכ'ן קריג, בשנת תש"ח, דורכ'ן ממשיך שושלת הזהב לבית ליסקא, הרה"ק רבי יוזפא פריעדלענדער זצ"ל אדמו"ר מליסקא, און איז אנטוויקלט געווארן אלס הערליכער מקום תורה ותפלה פאר פילע אידן וואס זענען זיך געקומען ווארעמען ביים ליסקער רבי'ן זצ"ל. נאכ'ן הסתלקות פונעם ליסקער רבי זצ"ל, איז די הנהגת העדה אריבער צו בנו בכורו יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מליסקא שליט"א, וועלכער איז שוין פאר אריבער א יובל יאר משפיע און מרביץ זיין דעם אור התורה וחסידות אויפ'ן ליסקער דרך, וכמים פנים אל פנים איז בית מדרשו של רבי אויסגעשטיגן אלס ווירבלנדער צענטערפונקט פאר פילצאליגע חסידים ואנשי מעשה וואס קומען זיך דערהייבן בעבודת הבורא ביים רבי'נס געהויבענע תפילות און טישן.
מיט די יארן איז דער ליסקער ביהמ"ד שטארק אויסגעוואקסן, און עס זעט זיך שוין לאנג אן א געברויך מרחיב צו זיין די גבולי הקדושה, צו קענען אקאמאדירן דעם פלייץ פון מתפללים ולומדים וואס זענען זיך קובע מקום אין דעם הערליכן פנת יקרת.
אצינד איז געקומען די לאנג ערווארטעטע מאמענט ווען עס וועט אויפגעבויט ווערן א בנין חדש ומפואר אויף א גרויסן שטח אין צענטער פון בארא פארק, אויף די 50'סטע גאס צווישן 14 און 15. די ארכיטעקט פלענער זענען שוין פולקאם ערגענצט, און מ'גרייט זיך שוין יעצט צו אהערשטעלן די פלענס פונעם בית גדול וקדוש. עס וועט אויפגעבויט ווערן מיט פראכט און רחבות אלע צרכי תורה ותפלה, א היכל ביהמ"ד הגדול פאר די תפילות שבת וימים טובים, א היכל התורה, א מקוה מהודרת, שטיבלעך צו דאווענען בימות החול און פאר שיעורי תורה, א.א.וו. אלע צרכי ביהמ"ד וואס פעלט זיך אויס להרחבת הדעת פון די באי ביהמ"ד.
איינמאל די פלענס ווערן ערצייגט, וועט מען זיך תיכף נעמען צום פאקטישן פרק הבונה, אנצוהייבן בויען דעם גיגאנטישן סטרוקטור און אויפבויען דעם בנין מפואר, אויף וואס חסידי ומעריצי בית ליסקא, און כלל תושבי עיר בארא פארק, קוקן ארויס דערויף מיט גרויס שפאנונג.
אבן מאסו הבונים, היתה לראש פנה!
Comentarios