מיטוואך פ' בחוקותי • כ"א אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש
טראץ וואס כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א איז שוין דעם ל"ג בעומר אנגעקומען קיין אתרא קדישא מירון, ווען די פאליציי האבן ברוב חוצפתם נישט צוגעלאזט דעם רבי'ן שליט"א צום ציון הקדוש און מען האט בלויז געקענט מתפלל זיין פונדערווייטנס, איז די רבי שליט"א נעכטן נאכמיטאג ווידער אנגעקומען קיין אתרא קדישא מירון.
די רבי שליט"א וואס איז ווי באקאנט אדוק ומקושר קיין מירון האט געוואלט אריינכאפן צו זיין אין די דריי טעג פון די יומא דהילולא קדישא אין מירון, די רבי שליט"א איז געקומען צו פארן פונעם שטעטל הר יונה, וואו די רבי שליט"א וויילט די וואכן אויף מנוחת קודש. הונדערטער חסידים האבן אריינבאגלייט דעם רבי'ן שליט"א אין חצר המערה וואו מען האט געדאווענט תפילת מנחה. דערנאך האט זיך די רבי שליט"א אויסגעדרייט צו די פילקעפיגע ציבור און מען האט אינאיינעם געזינגען די ניגוני מירון, די רבי שליט"א איז געווען גאר איבערגענומען און זיך צופייערט בקול חוצב להבות אש עטליכע מאל בשעת די ניוגנים, דאן האט מען געדאווענט תפילת ערבית און ספירת העומר בהתלהבות אש קודש.
בעפארן אריינגיין אל פני הקודש צו די מערה זיך צו משתטח זיין אויפן ציון הק' האט די רבי שליט"א גענומען געציילטע קוויטלעך פון חשובי העדה און דאן אריין מיט א תפלה חרישית צו פועלו ישועות און רפואות פאר כלל ישראל בזכות התנא.
Comments