דאנערשטאג פ' תולדות • כ"ו חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש
א ספעציעלער מעמד איז פארגעקומען נאכמיטאג ביים קבר רחל פאר די געלאדענטע אנשי שם תומכי ונגידי מוסדות פני מנחם אין שפיץ פונעם ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א, די מעמד האט געדינט אלס צאתכם לשלום פאר די חשובע נגידים וועלכע לאזן זיך היינט ארויס אויף א נסיעה צו די מקומות הקדושים אין פולין אין באגלייטונג פון הגאון ר' דניאל חיים אלתר שליט"א ראש ישיבת פני מנחם, אפצוגעבן דעם ריכטיגן אנערקענונג און שעצונג פאר די געטרייע נדיבים וועלכע שטעלן זיך בעוז וברמה לימינם עוז פון הנהלת מוסדות פני מנחם.
אין די נאכמיטאג שעהן זענען די נגידים ארויסגעפארן אינאיינעם מיטן ראש ישיבה אויף א מעמד תפילה ובקשת רחמים ביים ציון פון די מאמע רחל מעורר צו זיין רחמי שמים, רחל מבכה על בניה, לישועת ישראל בכלל ובפרט, נאך אמירת תהילים האט דער ראש הישיבה געליינט א כוללות קוויטל מיט די נעמען פון אלע משתתפי הנסיעה.
פון דארט איז מען צוגעפארן צו א דערנעבנדיגער זאל וואו עס איז פארגעקומען א רייכע מעמד בכלי שיר, ביי וועלכן דער ראש הישיבה האט איבערגעגעבן דברי פרידה פאר די משתתפי הנסיעה און אנגעווארעמט דעם ציבור אין בעפארברייטונג צו די געהויבענע טעג ביי די קברי אבות אינעם אלטן היים. ער האט מסיים געוועהן מיט ברכות לרוב מזאל פועלן אלס גוטס, פארן און צוריק קומען געזונטערהייט.