דינסטאג פ' בהעלותך • י"ב סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: אלי קובין
מסוף העולם ועד סופו האט אפגעהילכט די מאסיווע כבוד התורה וואס האט זיך אפגעשפילט על אדמת אמעריקע, ווען א געשאצטע דרייסיג טויזנט אידן מבני היכלא דאורייתא האבן זיך צונויפגעזאמלט ביים היסטארישן מעמד “אדירי התורה”, לרומם ולהדר די חשובע לומדי תורה ומחזיקי תורה פון בית המדרש גבוה ד'לעיקוואד, מיט אירע קרוב צו צען טויזנט לומדי תורה מתוך הדחק.
דער מעמד נשגב טוט אפצייכענען "שלש שנים חזקה" פון מרים זיין כבודה של תורה אויף אזא אומגלויבליכן פארנעם, דורכ'ן גראנדיעזן אינציאטיוו פונעם תורה פילאנטראפ הנגיד הטפסר המרומם ר' אליעזר שיינער, וועלכער איז אינסטרומענטאל מיט פארצווייגטע פעולות ודמים תרתי משמע צו הייבן געהאלט פאר אלע כולל יונגעלייט. דער מעמד איז פארגעקומען אינעם גיגאנטישן "וועלס פערגא סטאדיום" אין פילאדעלפיע מיט העכער פינף און צוואנציג טויזנט זיץ פלעצער, אין צוגאב צו נאך א ריזן ציבור וואס האט נישט געהאט וואו צו זיצן צוליב די איבערפלוס פון לומדי תורה וחובבי תורה.
אן ערהאבענע בימת הכבוד פון פינף הונדערט רבנים וראשי ישיבות, תלמידי חכמים ומרביצי תורה, האבן אפגעשפיגלט די ציל פונעם נאכט, זעענדיג מיט די אייגענע אויגן די געוואלדיגע כח התורה וואס קומט ארויס מבין כותלי הישיבה, אין שפיץ האט זיך אנגעזען די ארבעה מטיבי לכת, די פיר גדולי ראשי הישיבות פון בית מדרש גבוה, הגאון הגדול רבי מלכיאל קאטלער שליט"א ראש הישיבה, הגאון רבי ירוחם אלשין שליט"א, הגאון רבי ישראל צבי נוימאן שליט"א, און הגאון רבי דוד שוסטאל שליט"א.
בהדרת כבודה של תורה האט מען בשמחה עצומה מקבל פנים געווען דעם אורח נשגב פון ארץ הקודש, מרן הגאון הגדול ר' משה הלל הירש שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקע, פון די לעצטע פארבליבענע תלמידים פונעם מייסד הישיבה הגאון האדיר רבי אהרן קאטלער זצ"ל, וועלכער איז געקומען ספעציעל צו פארן צום מעמד. אזוי אויך האט זיך אנגעזען די השתתפות פון די גדולי ראשי הישיבות אין אמעריקע, הגאון הגדול ר' אלי' בער וואכטפויגל ראש ישיבת סאוט פאולסבורג, הגאון הגדול ר' שלמה פייוויל שוסטאל, הגאון הגדול ר' ראובן פיינשטיין ראש ישיבת סטעטן איילענד, כ"ק האדמורי"ם מסקולען לעיקוואוד, האחים האדמורי"ם מנאווימינסק, און נאך חשובע ראשי ישיבות און אדמורי"ם ורבנים פון שטאט לעיקוואוד, אשר אי אפשר לפורטם כי רבים הם. מיט אן עקסטערע התרגשות האט מען מקבל געווען הגאון הישיש רבי צבי קושלעווסקי שליט"א ראש ישיבת היכל התורה בארה"ק.
דורכאויס די נאכמיטאג שעה'ן האט זיך אנגעהויבן די מאסן שטראם פון אלע געגנטער ארום, לעיקוואד, ברוקלין, מאנסי, און אלע אנדערע שטעט וואו עס וואוינען לומדי תורה ומחזיקי תורה. הונדערטער באסעס האבן געפירט דעם ציבור צום ריזן סטעדיום אין פילאדעלפיע, וואו די גאנצע זאל איז בליץ שנעל געווארן איבערגעפולט מקצה אל קצה, און א גאר רייכע סעודה איז געווען צוגעגרייט פאר אלע באטייליגטע לכבוד התורה ולומדיה.
דער מעמד האט זיך אנגעהויבן מיט תפלת מנחה, און גלייך נאכדעם איז פארגעקומען א פרעזענטאציע דורך הגאון רבי יוסף מערמלשטיין שליט"א ראש ישיבת נאווימינסק, איבער די מסירת נפש און דחקות וואס די יונגעלייט לעבן, אבער מיט'ן העכסטן מאס שמחת החיים וואס לימוד התורה שענקט פאר א איד. הגאון הגדול ר' מלכיאל קאטלער שליט"א האט בקול חוצב געמוטיגט די טויזנטער לומדים און די מחזיקים, וועם ער האט באצייכנט אלס "אדירי מחזיקי התורה", און אפעלירט פאר בעלי בתים צו העלפן גרינגער מאכן שאפן דאס געלט. דערנאך האט הגאון רבי אלי' בער וואכטפויגל שליט"א ראש ישיבת זכרון משה סאוט פאלסבורג אויפגעטרעטן מיט פייערדיגע חיזוק פאר לומדי תורה, וואס זייער זכות איז מגין אויף די גאנצע וועלט ובפרט אין די יעצטיגע שווערע מצב העולם.
הגאון רבי משה הלל הירש שליט"א האט אדרעסירט דעם "משא המעמד" מיט פלאמעדיגע טללי חיזוק פאר לומדי ומחזיקי תורה, און באזונדער ארויסגעהויבן די נשות חיל פון די לומדי תורה וואס ערמעגליכן זייערע מענער צו בלייבן ביי די גמרא. בקול נרגש האט דער ראש ישיבה געזאגט אז היינט ווען ס'הערשט ליידער אזא שנאת הדת אין ארץ ישראל, די רשעים ווילן ח"ו אפהאקן תורה פון כלל ישראל ח"ו, איז דא נאר איין עצה, זיך מתגבר זיין בלימוד התורה ביתר שאת, און אט דער כח וועט בעז"ה בטל מאכן אלע גזירות רעות.
דער ציבור הרבבות איז געכאפט געווארן אין עלעקטעריזירנדע איבערראשונג ביים מקבל פנים זיין דעם זקן ראשי ישיבות באמעריקע, הגאון הגדול רבי שמואל קאמינעצקי שליט"א ראש ישיבת פילאדעלפיע, וואס טראץ זיין הויכן עלטער און שווערע געזונט צושטאנד, ווען ער האט א האלבע יאר צוריק געליטן פון א סטראוק, וספר תורה שרוי בצער און גייט נישט ארויס אפילו אויף משפחה שמחות, אבער האט דא געמאכט אן אויסנאם לכבוד התורה און זיך אנגעשטרענגט בטירחא דגברא רבא צו מפאר זיין בראש המעמד.
שטייענדיג נאך אינעם שנת האבל צו די פטירה פונעם אומפארגעסליכן משגיח הגאון רבי מתתי' חיים סאלאמאן זצ"ל, איז אויפגעשפילט געווארן א פרעזענטאציע פון מערערע שמועסן זיינע, מלא וגדוש מיט התחזקות והדרכה פאר לומדי תורה, נאכגעפאלגט מיט אן אויפטריט דורך בנו הגאון רבי יעקב משה שליט"א מיט געהויבענע שטריכן פון זיין גרויסן טאטן. דערנאך האט הגאון רבי ישראל נוימאן געמאכט א סיום פון דריי מאל אויף בבלי און איין מאל ירושלמי, ויחרד כל העם, ווען דער גאון האט ביים אויסלאזן דעם לעצטן שטיקל אין ש"ס, כל השונה הלכות בכל יום, אויסגעבראכן אין א געוויין ודמעות של שמחה. קדיש האט געזאגט איינער פון די קינדער פון רבי מתת'י ז"ל. א פלאקער פון חדות התורה האט איינגעהילט דעם זאל ווען מ'לאזט זיך ארויס אין גאר עקסטאזפולע טענץ לכבוד התורה, וינועו אמות הסיפים.
דער משא המעמד איז געגעבן געווארן דורכ'ן פה מפיק מרגליות הגאון רבי אפרים וואקסמאן שליט"א מיט טייערע רעיונות איבער'ן חשיבות פון תורה, און חשיבות פון נשים צדקניות וואס זענען זיך מוסר נפש צו העלפן זייערע מענער לערנען, אוןמעורר געווען איבער נישט רעדן פון גשמיות אין א אידישע שטוב, און אזוי אויך נישט אריינברענגען די מאגאזינען לימניהם וואס האט א נישט גוטע השפעה אויפ'ן יונגן דור. ווי אויך האט ער מעורר געווען איבער "כבוד חכמים", צו זיין ריכטיג נזהר דערין. דער מעמד איז געשלאסן געווארן מיט "קבלת עול מלכות שמים" דורך הגאון רבי ירוחם אלשין שליט"א, און מעריב האט פארגעדאווענט ברוב עם הדרת מלך דורך הגאון רבי דוד שוסטאל שליט"א.
אשריכם תלמידי חכמים שדברי תורה חביבין עליכם
Comments