מיטוואך פ' יתרו • י"ד שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

אלפי חסידי סקווירא פון איבער דער גאָָרער וועלט, ציילן די לעצטע טעג צום היסטרישער זמן וואָָס מען וועט האָָבן די זכי' מיטצולעבן און קארגע צוויי וואכן פון היינט, ביים מחנך זיין די נייע ספר תורה וואָָס איז געשריבן געוואָָרן דורך עדת חסידי סקווירא פון אומעטום אין ראם פונעם מבצע קדשינו און לזכותו פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וואָָס וועט שטיין בראש פון די פייערליכע מעמדים לכבודה של תורה. דאָָס התרגשות צווישן עדת חסידי סקווירא איז אויפן העכסטן שטאפן, הקרובים והרחוקים, יעדער גרייט זיך מיט אַַן הכנה דרבה מיטצוהאַַלטן די ימי השמחה וואָָס זענען באַַשטימט אויף קומענדיגן פּרשת תרומה, דינסטאָָג און מיטוואָָך וועלכע וועלן זיין גענצליך מוקדש לכבודה של תורה, וואָָס רופט אַַרויס אן אויסטערלישער רגש של שמחה ביי רבבות אלפי חסידי סקווירא פון איבער דער גאָָרער וועלט.
די הכנות צו די גרויסע ימי השמחה זענען אין פולן שוואונג, און גאַַנצע גרופּעס פון עסקנים אַַרבעטן פלייסיג איש איש על מחנהו ודגלו, מסדר צו זיין אַַלע פרטים, רוחניות'דיגע ווי טעכנישע צוגלייך. אין אַַלע סקווערער צענטערן זענען במשך די לעצטע וואָָכן אָָפּגעהאַַלטן געוואָָרן גרויסאַַרטיגע מעמדים פון קניות הזכיות אין די נייע ספר תורה, מיט אַַלע דרכי הקנינים אויסגעהאַַלטן הלכה'דיג אויסגעאַַרבעט לויט די הוראות פון די רבנים הגאונים דייני ק"ק סקווירא. די מעמדים זענען באַַשיינט געוואָָרן מיט דאָָס השתתפות פון בני כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, וואָָס זענען ספּעציעל אַַריבערגעפאָָרן בשליחות הקודש, און איז אומעטום געפּראַַוועט געוואָָרן מיט א געוואַַלדיגן התרגשות, זייענדיג ריכטיגע מעמדי הכנה צום גרויסן מעמד הכנסת ספר תורה.
גלייכצייטיג גרייטן זיך חסידי סקווירא פון אנדערע מקומות, פון אייראָָפּע, ארה"ק, קאַַנאַַדא און נאָָך, מיט די לעצטע רייזע הכנות, צו קומען מיטהאַַלטן די ימי השמחה און וועלן במשך די קומענדיגע טעג זיך אַַרויסלאָָזן אין וועג אַַריין ממקומות מושבותיהם, הם ונשיהם ויוצ"ח הקטנים עם הגדולים צו קומען מיטהאַַלטן דעם היסטאָָרישער מעמד וואָָס ברענגט אַַרויס אומגעהוירע רגשי הלב ביים גאַַנצן ציבור.
אין שיכון סקווירא זעלבסט גייען אָָן די גרויסאַַרטיגע הכנות צום מעמד נשגב, צווישן זיי דורך די חברי ועד הכנסת אורחים, וואָָס שטעלן אַַהער דעם מאַַסיוון אונטערנעמונג צו פּלאַַצירן די טויזנטער געסט וואָָס זענען ערוואַַרטעט פון נאָָנט און ווייט מיטצוהאַַלטן דעם היסטאָָרישער מעמד. תושבי שיכון סקווירא, און חסידי סקווירא פון אַַנדערע מקומות, מאַַכן אַַלע אויף זייערע שטיבער, צו קענען פּלאַַצירן די טויזנטער אורחים וואָָס וועלן אין די נאָָנטע טעג שוין אָָנקומען קיין ניו יאָָרק, מיטצוהאַַלטן דעם מעמד נשגב.
אינצווישן זענען שוין ערשינען פאַַרשידענע הוראות פאר עדת חסידי סקווירא בונגע די געהויבענע מעמדים, וביניהם דער סדר המלבושים לרגל דעם מעמד, ביי וועלכן חסידי סקווירא וועלן קומען מלובש בבגדי שבת מיט די "בעקיטשעס" לרגל דעם מעמד, אָָבער מיט די היטן אָָנגעטון, ווי עס איז געווען מנהגו בקדוש פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מסקווירא זי"ע ביים אַַריינגעבן זיין אייגענע ספר תורה מיט יאָָרן צוריק.
א ספּעציעלער רגש האט אַַרויסגערופן צווישן די חסידים, הערענדיג פון דעם כיבוד מיט וואָָס כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א האָָט מכבד געווען בנו הגדול הרה"צ רבי אהרן מענדל שליט"א, פאָָרצוזינגען ביים סעודה לגומרה של תורה, דעם מקובל'דיגן ניגון אויפ'ן פיוט "ובאו כולם" וואָָס איז מקובל פון הרה"ק המגיד ממעזריטש זי"ע, און איז יאָָר- יערליך געזינגן געוואָָרן צווישן חסידי בעלזא, ביים עריכת השולחן לכבוד חג קבלת התורה, יום טוב שבועות, באַַקאַַנט אַַלס דער "ובאו כולם טיש".
אין די טעג ביז צום מעמד, לערנען זיך חסידי סקווירא אויס דעם ניגון, וואָָס רבי אהרן מענדל שליט"א וועט דאָָס פאָָרזינגען פּסקא בפּסקא בעת דעם גרויסן מעמד. אויסער דעם הערט פון חסידי סקווירא כסדר זיך אונטערזינגן דעם ניי-פאַַרפּאַַסטן ניגון אויף די ווערטער "שהחיינו" וואָָס איז ספּעציעל פאַַרפאַַסט געוואָָרן לרגל די מאורע נשגבה, וואָָס וועט אי"ה געזינגן ווערן מיט גרויס פייערליכקייט ביי די מעמדים במשך די קומענדיגע טעג.
Comments