top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אבד חסיד: הסתלקות פון הגה"צ ר' שמעון שפירא זצ"ל רופט אויס גרויס ווייטאג ביי חסידי ברסלב אלוועלטליך

מאנטאג פ' תולדות • כ"ד חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש


תורה תורה חגרי שק - אבד חסיד מן הארץ: מיט פארקלעמטע הערצער און שווערע געמיטער ווערט אויפגענומען ביי תלמידי וחסידי ברסלב די ביטערע בשורה יוצא משערי העיר ירושלים, איבער די הסתלקות לשמי מרום פון האי גאון וצדיק חסידא ופרישא הרה"צ רבי שמעון שפירא זכר צדיק לברכה, מפארי וחשובי רבני ברסלב א זון פון הרה"צ המפורסם רבי שמואל שפירא זצ"ל ממנהיגי ק"ק ברסלב אין ירושלים, וועלכער האט יעצט ביינאכט אויסגעהויכט זיין אויסגעלאטערטע נשמה אין עלטער פון זעקס און זיבעציג יאר לדאבון לב תלמידיו שומעי לקחו וכל בית ישראל.


רבי שמעון זצ"ל איז געווען פון די אויסגערופענע רבנים ומגדולי המשפיעים אין די ברסלבער קהילה, זייענדיג דולה ומשקה פונעם נחל נובע מקור חכמה פאר אלפי חסידי ברסלב בכל קצוות תבל.


פרטים איבער די לויה וועט שפעטער געמאלדן ווערן, אן אויספירליכע הערכה וועט נאכפאלגן. וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'.

Comments


bottom of page