דאנערשטאג פ' וירא • י"ח חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש
דער נאכט איז כ''ק האדמו''ר מאמשינוב שליט''א אנגעקומען צום שטאט ביתר וואו די רבי האט מפאר געוועהן דעם מעמד הכנסת ספר תורה לבית מדרשו אין די גבעה B געגענט אין שטאט, צוליב די אנגעצויגענעם מצב בארה''ק האט די רבי שליט''א איבערגעגעבן די הוראת הקודש די גבאי ביהמ''ד אפצורעכטן די הכנסת ספר תורה אויף א באשיידענעם אויפן בזעיר אנפין, אן קיין גרויסע טראסק.
אום 11:00 אזייגער אויפדערנאכט איז די רבי שליט''א אנגעקומען צום תהלוכת הספר תורה, אין באגלייט ביזן ביהמ''ד וואו מען האט אפגעראטכטן די הקפות אין די רבי שליט''א איז געטאנצן מיטן ספר תורה מיט גרויס התלהבות. נאך קריאת התורה כנהוג איז די רבי שליט''א געגאנגען גלילה אין דאן אפגעראכטן א שולחן לחיים אינאיינעם מיט א סיום מסכת, די רבי האט טועם געוועהן פון די פירות אין מזונות אין דאן געזאגט תורה לכבוד המאורע.
עס איז שוין קרוב קרוב לעלות השחר ווען די רבי שליט''א האט פארלאזט ביתר אויפן צוריק למעון קדשו אין בית וגן.
Comentários