top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

געהויבענע חתונה פארגעקומען בחצר הקודש מודז'יץ אין בני ברק

זונטאג פ' חיי שרה • כ"א חשון תשפ"ד| בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר בחדרי חרדים


בחדוות הלבבות האבן חסידי מודזיץ פאריגע וואך מיטגעהאלטן די שמחת הנישואין אינעם רבינ'ס הויף, די חתונה פון הכלה תחי' אייניקל פון כ''ק האדמו''ר ממודזיץ שליט''א, טאכטער פון בנו הגדול הגה"צ ר' אהרן יהודה משה טאוב ראש ישיבת מודזיץ, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מבאסטאן בית שמש זצ"ל, מיט די חתן א זון פון הרב הגאון ר' מרדכי אייזנער שליט"א מו"ץ התאחדות קהילות החרדים אין לאנדאן, איידעם ביי הנגיד החסיד ר' בנציון פרישוואסער שליט"א, אייניקל פון הרה"ק בעל קדושת ציון מבאבוב זי"ע.


די חתונה איז פארגעקומען אין די פראכטפולע כתר הרימון זאל אין בני ברק בקול רנה ותודה והמון חוגג. ביים מעמד קבלת פנים איז מכובד געווארן מיט קריאת התנאים די פעטער מצד החתן הרה''ג רבי פישל וויינבערגער מטורקא. די זיידע כ''ק האדמו''ר ממודזיץ שליט''א האט מסדר קידושין געוועהן ביים מעמד החופה, אין מיט די ברכות זענען נתכבד געווארן די זיידע הרה''ג רבי שלמה אלימלך אייזנער, די פעטער'ס האדמור''ים מאלכסנדר אין קוזמיר, ברכה אחריתה די זיידע הנגיד ר' בנציון פרישוואסער.

נאכן חופה האט די רבי שליט''א אנגעוואונטשן דעם גאנצן ציבור בהאי עין חדוותא אין געוואונטשן אז די רשעים זאלן נישט האבן קיין שליטה אויף אונז, אין די אייבישטער זאל האלטן די רעכטע האנט, שומר ישראל שמור שארית ישראל. די רבי האט זיך ארויסגעלאזט אין א רקידה מיט די חתן אין מחותנים אין דאן איז דער גאנצער ציבור דורך וואונטשן מזל טוב.

ביי די סעודת החתונה האט זיך שטארק ארויסגעזעהן דאס השתתפות פון די צוויי ראשי הישיבות הגאון רבי דוב לנדא אין הגאון רבי משה הילל הירש ראשי ישיבת סלאבודקא וועלכע האבן זיך משתתף געוועהן ביי די שמחה לכבודו פונעם מחותן הרה''ג ר' מרדכי אייזנער מיוצאי ישיבת סלאבודקא. אזוי אויך האבן זיך אנגעזעהן דורכאויס די שמחת החתונה האדמור''ים מאלכסנדר, סטריקוב, וואסלוי, טרעבישאן, באסטאן ביתר, לעלוב בית שמש, הגה''צ רבי יעקב ישראל מייזליש גאב''ד קרית באבוב בת ים, הגאון רבי מענדל שאפראן, הגה''צ רבי סיני הלברשטאם גאב''ד צאנז שיכון ג' אין נאך פיל.

א מחזה הוד איז געוועהן בשעת די ריקודין ווען די רבי שליט''א איז אראפ טאנצן אין צענטער פונעם זאל אין געהייסן די משוררים צו זינגען די ניגוני הקפות שניות אלס השלמה צום מעמד 'הקפות שניות' מוצאי שמחת תורה וואס איז דאס יאהר ליידער נישט געפראוועט געווארן כמימים ימימה אין ליכט פונעם מלחמה וואס האט אויסגעבראכן יו''ט שמחת תורה, די רבי שליט''א האט אפגעראכטן די רעקודין מיט גרויס דביקות מיטשלעפנדיג כל הקהל הקודש אין א שמחת תורה'דיגע אטמאספערע, די רבי האט משמח געוועהן דעם חתן מיט א 'קאדאטשקע טענצל' אין ארויס אין א באזונדערע ריקוד מיט אחיו כ''ק האדמו''ר מקוזמיר שליט''א.


אזוי אויך האט מען א לענגערע צייט איבערגעזינגען די נייע ניגון שמחה וואס די רבי שליט''א האט פארפאסט לכבוד די שמחה. איידער די רבי שליט''א איז צוגעטראטן צום מצוה טאנץ לפני הכלה האט מען מיט גרויס התעוררות געזינגען עטליכע ניגוני כיסופין וואס צדיקי מוד'זיץ האבן פארפאסט בשעת די צוויי ביטערע וועלט מלחמות, דאראונטער דעם אויסגעוויקטן 'אני מאמין' וואס מען האט איבערגעזינגען איין מאל אין נאכאמאל מיט אן ערנסטקייט מעורר צו זיין רחמי שמים מרובים.




































































































































Comments


bottom of page