top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

לאנדאן • חסידי סאטמאר נעמען אויף בשורה משמחת איבער התייסדות פון "ישיבה גדולה ד'סאטמאר" אין שטאט

מוצאי שבת פ' תרומה • ח' אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש


מיט פרייד האבן חסידי סאטמאר אין לאנדאן אויפגענומען דעם בשורה משמחת איבערן גרינדונג פונעם ערשטן סאטמארע ישיבה גדולה ומתיבתא תורה ויראה דסאטמאר לאנדאן, וואס וועט עפענען איר טויערן צום קומענדיגן שנת הלימודים בברכת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.


שוין אריבער צעהן יאהר וואס די ישיבה קטנה ד'סאטמאר אין שטאט לאנדאן איז מצליח און האט ארויסגעגעבן הערליכע פירות לטובה, און אין די לעצטערע תקופה האבן זיך די עסקנים אריינגעלייגט בעובי הקורה צו עפענען א סאטמארע ישיבה גדולה נאך די געוואלדיגע וואוקס און בליה פון די ארטיגע קהילה אויפציענדיג א גאנצע פרישע דור פון סאטמארער בחורים.


אין די לעצטערע חדשים האט הגה"צ רבי משה מנחם ווייס שליט''א אב"ד סאטמאר לאנדאן צוזאמגערופן א אסיפה מיט די ראשי הקהילה, ווי דער רב שליט"א איז איבערגעגאנגען אלע פלענער און איבערגעגעבן דעת קדשו פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין דעם ענין, דארט ביים אסיפה האט דער רב געשטעלט א וועד הנהלה גשמיות וואס זאלן זיך אפגעבן מיט די פינאנציעלע ווירטשאפ זיכער מאכן שלא יחסר המזג, אין שפיץ פון הרבני הנגיד ר' אליעזר לעוו מראשי הקהילה, און ספעציעל א וועד הרוחני אין שפיץ פון הרה"ג ר' זאב גליק שליט"א, וואס וועלן זיך אפגעבן מיטן אפירזוכן די פאסיגסטע מנהלים, מגידי שיעור און כלי קודש פאר די ישיבה.


נאך לענגערע זיצונגען דורכן וועד הרוחני פונעם ישיבה האט מען באשלאסן אויפצונעמען אלס ראש הישיבה, הרה"ג ר' אברהם שלמה פאדווא שליט"א בן הגה"צ גאב"ד לאנדאן שליט"א, וואס איז שוין לאנג באקאנט איבער די גאנצע שטאט מיט זיין עקספערטיז אינעם פעלד פון חינוך זייענדיג שוין יארן לאנג מנהל אין פארשידענע ישיבות אין שטאט, און וועט בעז"ה פירן די ישיבה על מי מנוחות, אין אונטער די הדרכה פון הגה"צ אב"ד סאטמאר לאנדאן שליט"א וועלכע וועט שטיין בראש בעינא פקיחא אויף טריט און שריט.


לרגל די פריידיגע מאמענט פון התייסדות הישיבה איז פארלאפענעם מוצאי שבת פארגעקומען א הערליכע מסיבת לחיים אין שטוב פון רב שליט"א, און ווי די עסקני הישיבה געבן איבער איז דער פלאן צו עפענען די נייעם ישיבה אויפן קומענדיגן זמן החורף תשפ"ה, און די עסקני הישיבה טוען אין די יעצטיגע חדשים אפירזוכן א צוגעפאסטע לאקאל פארן געברויך פונעם ישיבה, וואס וועט אויסשטאפירט ווערן מיט אלע נויטיגע געברויכן לטובת די תלמידי הישיבה.



Comentários


bottom of page