מונטאג פ' תולדות • כ"ט חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש
אין ליכט פונעם שרעקליכן אינצידענט וואס האט זיך אפגעשפילט פארלאפענעם יו''ט שמחת תורה בחצר הקודש קאסוב ווען א ספר תורה איז ליידער אראפגעפאלן אויף דער ערד בשעת די הקפות איז על פי קריאת הקודש פון כ''ק האדמו''ר מקאסוב שליט''א איז נעכטן זינטאג באשטימט געווארן א יום שכולו תורה ותענית דיבור וואו כלל חסידי קאסוב זענען זיך צוזאמגעקומען אין קאסוב'ער ביהמ''ד אין בארא פארק אויף א ספעציעלער סדר היום וואס האט זיך אנגעהויבן אינדערפרי מיט תפילת שחרית ביז שפעטער נאכמיטאג וואו מען האט אין לויף פונעם טאג עוסק געוועהן בהלכות וקדושת ספר תורה זייענדיג שרוי בתענית דיבור, וואס וועט זיין די ריכטיגע תשובת המשקל אויף די פאסירונג, אין נתעורר ווערן לתשובה ולתיקון המעשים וואו דער מנהג איז.
צופרי האט די רבי געדאווענט שחרית ברוב עם אין ביהמ''ד, נאכן דאווענען האט מען זיך געזעצט אויף א ספעציעלע סדר לימוד אין הלכות וקדשות ספר תורה, אין דערנאך האט כ''ק האדמו''ר מקאסוב שליט''א איבערגעגעבן א שיעור אין די הלכות וואס מען איז עוסק.
נאכמיטאג נאך מנחה איז פארגעשטעלט געווארן פארן ברייטן ציבור אן אינהאלטסרייכע פרעזענטאציע אלעס ארום בדיקת ספר תורה דורך קאמפיוטער'ס אין די היינטיגע פארגעשריטענע טעכנאלאגיע, דורך צוויי סופרים מומחים הרה''ג רבי אלעזר שטיינווארצל סופר ומגיה אין דורך הרה''ג רבי אהרן ראזנבלום סופר אין בתים מאכער. עס האט נאכגעפאלגט מיט אמירת תהילים ברוב עם.
Comments