top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

היסטאריע: חתונה בחצה"ק וויזניץ - ראחמיסטריווקא ערשטמאליג אין שטעטל קייאמישע

דאנערשטאג פ' שופטים • ב' אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

חסידי וויזניץ איבער גרעיטאר ניו יארק בכלל און חסידי חצר הקודש וויזניץ קיימישע בפרט נעמען אויף מיט פרייד די היסטארישע ערשטמאליגע ערשיינונג, ווען א חתונה אינעם וויזשניצער הויף וועט אפגעראכטן ווערן אינעם קרי' נאמנה וויזניץ אין קייאמישע לעיק, במחיצת הקודש פונעם זיידן פון חתן כלה, כ"ק אדמו"ר מוויזניץ קיימישע שליט"א.


די חתונה הגדולה וועט פארקומען דעם קומענדיגן אנהויב ווינטער, ד' מרחשון תשפ"ה, ווען עס וועט גיין אונטער די חופה החתן אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, זון פון בנו הגה"צ רבי מרדכי פנחס טווערסקי ראש ישיבת עסק התורה אחמיסטריווקא איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ קיימישע שליט"א, מיט די כלה טאכטער פון הגה"צ רבי יעקב יוסף האגער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ קייאמישע שליט"א.


לרגל די גרויסע רבי'שע חתונה וואס קומט ערשטמאליג פאר אין קיימישע, זענען שוין אין שוואונג די פיבערהאפטיגע הכנות אויף אלע פראנטן. לויט די באשטעטיגטע פלענער וועט די קבלת פנים און חופה פארקומען אינעם קרית מלך רב בתוככי קרית וויזניץ אין קיימישע, און די גרויסע שמחת החתונה וועט פארקומען אין א גיגאנטישע ווערהאוז-געביידע נעבן שטעטל, אויפ'ן רוט 42, וואס וועט ווערן פארוואנדלט אלס מלכות'דיגע אולם החתונה אויסגעגרישט מיט אלע צוגעהערן צו אקאמאדירן די טויזנטער חסידים מכל הצדדים, און דער אולם הגדול וועט צוגלייך בלייבן אין דינסט פאר ווייטערדיגע מעמדים און מאורעות במשך השנה סיי בחצר הקודש וויזניץ און סיי מיט'ן שטיין צודינסט פאר תושבי קעטסקילס.



Comments


bottom of page