top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מסאטמאר רייסט שארף אראפ 'נטורי קרתא' ביי אסיפה כבירה במעמד אלפי חסידי סאטמאר‎

מונטאג פ' תולדות • כ"ט חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש


נעכטן אויפדערנאכט ביים אסיפה אדירה 'הדעה והדיבור' וואס איז פארגעקומען אין ביהמ''ד הגדול סאטמאר אין וויליאמסבורג במעמד אלופי אלפי ישראל האט כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א ביי די דברות קודש גאר שארף אראפגעריסן די אזוי גערופענע 'נטורי קרתא', וועלכע אידענטיפיצירן זיך מיט די אראבער אין דרייען זיך מיט זיי בראש כל חוצות בלי שום בושה מיט שטריימל אין בעקיטשע אינאיינעם מיט די שונאי ישראל ורוצחי נפשות.


די רבי האט זיך אויסגעדריקט אויף די אידן משולי המחנה זאגנדיג אז זיי האבן נישט קיין שום מסורת אבות אין טוען פעולות אויף די אייגענע האנט ווייל זיי האלטן אז זיי פארשטיין בעסער ווי אונזערע רבי'ס, די רבי שליט''א האט באטאנט וואספארא צער אין עוגמת נפש די אידן האבן גורם געוועהן פארן פעטער הרה''ק מסאטמאר זי''ע וועלכע האט בחיים חיותו כמה פעמים גערעט קעגן זייערע מעשים.

דער רבי האט ביטערליך אויסגעפירט: ''עס איז א שרעקליכע חילול שם שמים מחזק צו זיין רוצחים אין נאמען פון די תורה הקדושה אלס מיטן פאן פון לשם שמים''.



Comments


bottom of page