top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הנה מלכך בא: האד' מוויען וועט פראווען יו"ט שבועות בקרב עדת צאן מרעיתו אין בארא פארק

דאנערשטאג פ' קדושים • א' אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש


מיט גרויס פרייד נעמען תלמידי וחסידי וויען תושבי בארא פארק אויף די בשורה נרגשת אז מורם ורבם כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א וועט אפרעכטן דעם הייליגן יו"ט שבועות בקרב הקהלה אין בארא פארק, וואו ער וועט מעריך זיין די געהויבענע תפלות און טישן אלס חטיבה אחת פון התרוממות הנפש כאיש אחד ובלב אחד מיט עדת צאן מרעיתו תושבי העיר.


דער ביקור הוד וואס דער רב וועט אפרעכטן אויף יו"ט קבלת התורה אין בארא פארק טראגט א לעכטיגן באדייט ביים ציבור חסידים תושבי בארא פארק, קומענדיג נאך א צייט אפשניט פון א שיינע פאר יאר זינט דער רבי האט געפראוועט שבועות אין בארא פארק, און שוין א לענגערע צייט וואס דער ציבור איז משתוקק און קוקט ארויס מיט לעכצונג צו קענען ווידעראמאל זוכה זיין דערצו, ויעבור הרנה במחנה, ווען ס'איז אנגעקומען די פריידיגע ידיעה אז דער רבי איז נעתר געווארן לבקשתם און וועט מעריך זיין דעם יו"ט בקרב הקהלה אין בארא פארק.


מטעם די הנהלת הקהלה אין בארא פארק איז איינגעשפאנט געווארן א פיבערהאפטיגע רינג פון עסקנים נמרצים וואס טוען זיך באפאסן מיט אלע נויטיגע הכנות אנצוגרייטן דעם גרויסן יו"ט בצל הקודש אין בארא פארק, וואס אנטשפרעכט צו ציען א מאסיווע השתתפות פון תושבים און געסט וואס וועלן קומען מיטהאלטן דעם יו"ט.


ובאו כולם בברית יחד נעשה ונשמע אמרו כאחד




bottom of page