top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הַשַּׁבָּת נֹעַם הַנְּשָׁמוֹת • תלמידי וחסידי ליזענסק תושבי וויליאמסבורג ווארימען זיך שב"ק בצל האד' מליזענסק

דינסטאג פ' תרומה • ד' אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש


תלמידי וחסידי ליזענסק זענען נאך אלס אונטער די רישומא דקדושה נאך דעם געהויבענעם שבת בצל כ''ק אדמו''ר מליזענסק שליט''א, וואס האט געפראוועט דעם שבת בבית מדרשו אין שטאט וויליאמסבורג, א שבת וואס וועט פארבלייבן לזכרון ימים רבים פאר די פילע וואס האבן דאס מיטגעהאלטן. די גאנצע שבת איז מיטגעהאלטן געווארן דורך א שיינע ציבור תושבי העיר מסלתה ומשמנה בעלי בתים - אינגעלייט און בחורי חמד, בפרט האבן ארויסגעשיינט די בוגרי הישיבה 'נועם אלמילך' ליזענסק פון אלע יארגענג.


ערב שבת איז דער רבי שליט''א צוגעגאנגען צום עמוד צו מנחה בנוסח המקובל בקול חוצב אין נאכן דאווענען איז די גאנצע ציבור א דורך שלום נעמען, נאכן דאווענען איז געווען צוגעגרייט די סעודת שבת פאר די געסט, נאכגעפאלגט מיטן טיש וואס איז געווען איין קייט פון קדושת השבת אנגעהויבן פון שלום עליכם, און אזוי ווייטער די גאנצע טיש בזמירות שירות ותשבחות און ריקודין, דברות קודש און סיפורי צדיקים, ביז נאכן טיש ווען מען האט אהיימבאגלייט דעם רבי'ן שליט''א בשירה וזמרה. עס האבן מיטגעהאלטן דעם טיש חשובי רבני העיר, צווישן זיי כ"ק אדמו"ר מלינסק שליט"א, הגה"צ גאב"ד לינז שליט"א, און נאך.


פון די פריע פארטאגס שעהן בצפרא דשבתא האט שוין די בית מדרש געווירבעלט מיט אידן וואס זענען געקומען אויסזאגן גאנץ ספר תהילים פארן דאווענען ווי איינגעפירט יעדע שבת, דערנאך האט אפגעהילכט א ווארימע דאווענען, בפרט ביי הלל ווען די רבי שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה. ביי קריאת התורה האבן עולה געוועהן די נגידים ותומכים וחשובי העדה, ווי אויך די עסקני השבת וועלכע האבן אהערגעשטעלט דעם שבת אויפן שענסטן אופן.


דער קידוש האט דער רבי געפראוועט מיט ניגוני דביקות ושמחה לכבוד שבת. נאך א קורצע הפסקה איז די רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד צום מיטאג טיש אינאיינעם מיט די פילע געסט וואס זענען געקומען צו פארן מחוץ לעיר, ווי די רבי האט משמיע געווען דברות קודש ארומרעדענדיג מעניני הפרשה אין פארשידענע ענינים העומדים על הפרק. 


ביי די פייערדיגע דברות קודש בעת רעווא דרעווין האט דער רבי שליט''א מאריך געווען איבער די מצב אין ארה''ק, במשנתו פון חותנו הגדול כ"ק אדמו"ר בעל ה'נועם יוסף' מליזענסק זצ''ל וועלכער איז געווען דבוק כל ימיו צו הרה''ק מסאטמאר זי"ע ובמשנתו הטהורה, איבער די צער השכינה פון צרות ישראל, אין ארומגערעדט איבער די יעצטיגע מצב אין אמעריקע מיט די גזירות החינוך. די רבי האט אויסגערימט די ישיבה נועם אלימלך בנישאותו וועלכע וועט געפירט גענצליך על טהרת הקודש מיט א געוואלדיגע מסירות נפש, און דער חיוב וואס ליגט אויפן היימישן עולם מחזק צו זיין די ישיבה. נאך מעריב און הבדלה ברוב עם איז די ציבור דורך וואונטשן א גוטע וואך.


סעודת מלווה מלכה איז געפראוועט געווארן אויף א רייכן פארנעם בבית הרבני הרה''ח ר' משה יצחק זינגער הי"ו מגדולי העסקנים, אינאיינעם מיט א באנקעט לטובת די ישיבה, ווי מען האט געהערט דרשות פון הרב יואל מאנן הי''ו מנכ"ל המוסדות, אין הרב אברהם יהושע קליין פון די מוסדות אפיס און צום שלוס די דברות קודש פונעם נשיא הישיבה די רבי שליט"א. נאכן בענטשן האט די רבי פארטיילט קנאבל כנהוג.












Kommentare


bottom of page