top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חתונה הגדולה בחצר הקודש צאנז אפגעראכטן מיט גרויס דערהויבנקייט במקהלות אלפי חסידי צאנז

זונטאג פ' פנחס • ט"ו תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

בילדער קרעדיט: משה גודלשטיין

 

טויזנטער חסידי צאנז האבן פאריגע וואך מיטגעהאלטן די שמחה רוממה במעון קדשו פונעם רועה נאמן כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א בנשאוי נכדתו הכלה, א טאכטער ביי בנו הגה"צ ר' יוסף משה דוב האלבערשטאם שליט"א רב דחסידי צאנז אין אמעריקא וראש ישיבות צאנז, איידעם ביי הגה"צ אבד"ק מאקאווא אלעד זצ"ל, מיט די חתן א זון פון הרה"ג ר' אהרן יוסף האלבערשטאם שליט"א ר"ם בישיבת צאנז בני ברק, זון פון הגה"צ ר' שמואל האלבערשטאם שליט"א מטשאקאווא בני ברק, די שמחת החתונה איז פארגעקומען אינעם גרויסן זאל היכל ראזענבערג אין קרית צאנז נתני', בקול רנה ותודה והמון חוגג.


ביים מעמד קבלת פנים האט די גרויסער זיידע כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א משמיע געוועהן דברי כיבושין כנהוג און מעורר געוועהן זכות אבות אין דעם עת רצון, דערנאך איז די רבי שליט"א און די שושבינון ארויס צום באדעקן און אנגעטוהן פארן חתן די יארמולקע פונעם הייליגן שינאווא רב זי"ע און די רעשוואלקע און גארטל פון אביו הרה"ק בעל 'שפע חיים' מצאנז קלויזנבורג זי"ע.


ביים מעמד החופה האט די רבי שליט"א געליינט א ספעציעלער כוללות קוויטל מיט די נעמען פון די חסידים וועלכע האבן בייגעשטייערט פון 1,800 שקל און ארויף לטובת די מרכז הכוללים, אין ליכט פונעם שווערן פינאנציעלן מצב אין די כוללים אלס אורזאך פונעם פרישן גזירת הגיוס. די רבי שליט"א האט מסדר געוועהן חופה וקידושין, די עדי קידושין זענען געוועהן הגאון רבי שלום אייזנבערגער דומ"ץ צאנז ירושלים און הגאון רבי אברהם יהושע רייך דומ"ץ צאנז אנטווערפען. מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן די זיידע פון חתן הרה"ג ר' זלמן לייב בערקאוויטש שליט"א, ברכות ראשונות די פעטער הגה"צ גאב"ד קרית צאנז ירושלים שליט"א און ברכה אחריתה די זיידע פון חתן הגה"צ ר' שמואל האלבערשטאם שליט"א מטשאקאווא בני ברק. נאך די ברכת הקודש האט זיך די רבי ארויסעגלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די חתן מחותנים און זיידע'ס אויפן בימת החופה. 


די סעודת החתונה איז געוועהן צוגעשטעשטעלט ביד רחבה און ארום נאך א קורצע הספקה איז די רבי שליט"א ערשינען צום סעודת החתונה לקול תרועת השמחה פון די טויזנטער חסידים, באלד דערויף האט מען געדאווענט מעריב אינעם זאל און דערנאך עטנפאנגען דעם חתן בשירה וזמרה. מיט ברכת המזון על הכוס איז מכובד געווארן די פעטער הגה"צ רבי אליעזר דוד שפירא אבד"ק צאנז בני ברק, ברכות ראשונות הגה"צ רבי חיים צבי שפירא אב"ד קהל חסידים וראב"ד מחזיקי הדת בעלזא, ברכה אחריתה די פעטער הגה"צ אבד"ק ביליץ שליט"א. נאכן בענטשן האט די רבי שליט"א פארלאזט די חתונה בשעת די סדרנים האבן צוגעגעגרייט דעם זאל צו מצוה טאנץ.


דער קלימאקס פון די שמחה איז געוועהן ביים היסטארישן "מעמד סיום הש"ס" וסיום ששה סדרי משנה, בעפאר די מצוה טאנץ, ווען עס איז ברוב עם הדרת מלך פון אלפי החסידים חוגגי השמחה, פארענדיגט געווארן גאנץ ש"ס, אין ראם פונעם אייגנארטיגער מבצע "ליבאי באורייתא", אין וואס עס האבן גענימען א חלק כלל חסידי צאנז בכל אתר ואתר, בעלי בתים, יונגעלייט און בחורים וועלכע האבן גענימען אויף זיך דורכאויס די יארצייט ט' תמוז און יום החתונה צוויי בלעטער גמרא לע"נ דעם רבי'ן זי"ע און לזכות יבלחט"א דעם רבי'ן שליט"א למען יאריך ימים על ממלכתו, די ילדי תשב"ר פון אלע תלמודי תורה האבן געלערנט משניות, אונטער א ספעציעלן סדר פון איינטיילן ששה סדרי משנה צווישן די אלפי התשב"ר. ביים מעמד האט איינע פון די ילדי החמד מסיים געוועהן ששה סדרי משנה, און דערנאך האט איינע פון די תלמידי המתיבתא מסיים געוועהן ש"ס, דאן האט מען מכבד געוועהן מיט א דרשה הרה"ג ר' שלמה ניימאן דומ"ץ צאנז לעיקוואד וועלכע האט ארויסגעגעבן די הרגשים פונעם ציבור צו דעם היסטארישע געשעעניש בקורות חצר הקודש צאנז, דערנאך האט הרה"ג ר' שלמה לייזער דומ"ץ צאנז בארא פארק מסיים געוועהן דעם צווייטן מחזור פון ש"ס וואס האט נאכגעפאלגט מיט פייערליכער ריקודין לכבודה של תורה.


בדחנא דמלכא הרב ישראל אהרן ישראלי האט דערנאך אויפגערופן דעם רבי'ן שליט"א צו די ריקודין לפני הכלה וואס די רבי האט אפגעראכטן מיט אן עבודה רבה און אש קודש, דערנאך איז די רבי געטאנצן מיטן חתן, דערנאך מיט בנו הגה"צ ראש ישיבת צאנז שליט"א דער אבי הכלה, דאן האט מען אויפגערופן די זיידע'ס מצד החתן און מחותנים משני הצדדים. נאכן מצוה טאנץ פונעם מחותן הגה"צ אב"ד צאנז ארה"ב שליט"א האט זיך די רבי שליט"א ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט די קינדער, אייניקלעך און איר אייניקלעך זרע ברך השם. 



Kommentare


bottom of page