דאנערשטאג פ' וישב • י"ח כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: אברומי בערגער
מיט גרויס התרגשות האבן פילע תושבי בארא פארק מיטגעהאלטן דעם געהויבענעם שבת בצילא דמהימנותא פון כ"ק אדמו"ר מקאליש שליט"א, וועלכער האט געפראוועט דעם פארלאפאנעם שבת קודש פרשת שמות בעיר ואם בישראל בארא פארק, אין ראם פון די יערליכע מגבית לטובת די קאלישע מוסדות וואס שטייט בנשיאותו והדרכתו פונעם רבי'ן שליט"א.
אלע תפילות און טישן האט דער רבי אפגעראכטן אין די אנשי ספרד זאל, מוצאי שבת איז אפגעהאלטן געווארן די דינער 'להכיר' לטובת מוסדות קאליש אין פלעטבוש וואו דער רבי שליט"א האט משמיע געוועהן דברות קודש.
Comments