top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ערשטע פאזע אויפצובויען צוויי שטאקיגע "פארקינג לאט" ביים ביהמ"ד הגדול‎ אין קרית יואל

מאנטאג פ' וישלח • י"ד כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש

קרעדיט: קרית יואל היימשטאט


מטעם קהל יטב לב ד'סאטמאר אין קרית יואל איז געמאלדן געווארן אז דעם קומענדיגן וואך וועט מען בעז''ה אנהייבן די ערשטע שטאפל פון די ארבעט צו פארטאפלען דעם פארקינג לאט ביים שטח ביהמ"ד הגדול וואו עס וועט אויפגעשטעלט ווערן א צוויי שטאקיגע פארקינג לאט און צולייגן פילע פארקינג ספאטס פאר די באי ומתפללי הבית המדרש.

צום אונטערשטן שטאק פונעם פארקינג לאט וועט מען אריינפארן פונעם גארפילד זייט, און צום אויבערשטן שטאק וועט מען אריינפארן דורכ'ן פארעסט זייט. היות די רעדע איז פון בויען א גרויסן געביידע פעלט אויס צו טעסטן די ערד און לויט דעם באשטעטיגן די ארכיטעקט פלענער וויאזוי דער געביידע זאל געבויט ווערן.

דעם קומענדיגן מאנטאג וועט מען אנהייבן די ארבעט פון גראבן אינעם פארקינג לאט פאר די טעסטס, און די ארבעט וועט אנגיין פאר צוויי טעג, מאנטאג און דינסטאג, אלס דער ערשטער שטאפל פון פאקטישע ארבעט אויפ'ן שטח.

דאס איז די פאקטישע ערשטע קאנסטרוקציע אויפ'ן שטח וואס מען וועט זען אינעם גרויסן פלאן פון אהערשטעלן א ריזן בנין בית המדרש האדיר ד'קרית יואל, וואס טייל פונעם מייסטער פלאן צו אויסנוצן דעם גאנצן שטח הביהמ"ד הגדול און ארום, ווערט גערעכנט אויף דעם נייעם פארקינג געביידע וואס באי שערי הביהמ"ד וועלן זיך באנוצן ערמיט קומענדיג אין ביהמ"ד אריין אין די וואכן טעג.




Σχόλια


bottom of page