מאנטאג פ' בא • ה' שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש
מיט גרויס התרגשות האבן תלמידי חסידי פאפא אין מאנטריעאל קאנאדא מקבל פנים געווען כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א וועלכער איז געקומען צופארן קיין קרית טאהש צו באשיינען די גרויסע רעבישע חתונה בחצר הקודש טאהש, זייענדיג א פעטער מצד החתן, און א מחותן מיט כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א מצד הכלה. אזוי אויך איז דער חתן א תלמיד פון די פאפא ישיבה, און דער מחותן אבי החתן איז א מגיד שיעור אין די פאפא ישיבה.
דער פריוואטער פליגער פון רבי'ן שליט"א האט געלאנדעט ארום 5:30 נאכמיטאג, עס האבן אפגעווארט צענדדליגע חסידי פאפא פון מאנטריעאל און קרית טאהש, מען האט אויסגעבראכן אין פרייליכע ניגונים ברוך הבא, ובכן צדיקים. דער גאנצער עולם איז אריבער שלום נעמען. אין דער רבי שליט"א איז פונעם לופטפעלד תיכף אריינגעפארן קיין קרית טאהש צו די אכסני' בבית הר"ר אליעזר עהרענפעלד הי"ו.
נאך א קורצע אפרוה איז די רבי אנגעקומען צום ביהמ''ד הגדול אין קרית טאהש צום מעמד החופה וואו די רבי איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין. נאכן חופה האט די רבי געדאווענט מעריב בבית האכסני' אין קרית טאהש אין דערנאך זיך געזעצט צו א מסיבת לחיים אין קבלת פנים.
עס האט אויפגעטרעטן מיט גרויס התרגשות הר"ר בערל לעווי בשם אלע תלמידי וחסידי פאפא און מקבל פנים געווען דעם רבי'ן שליט"א. דערנאך האט דער רבי שליט"א אויפגעטרעטן מיט דבקות קודש באגלייט מיט דברי הדרכה פאר תלמידיו וחסידיו. דערנאך איז געגעבן געווארן די געלעגענהייט פאר די חסידים אריינצוגיין מיט די בני בית בקודש פנימה יעדער עקסטער.
נאך די זמני כניסה איז דער רבי שליט"א אנגעקומען צו די גרויסע חתונה אינעם ביהמ''ד הגדול. די רבי איז געווארן אויפגענומען ביותרת הכבוד דורך דעם מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א און האט זיך תיכף ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיטן רבין שליט"א. דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און אנגעוואונשטן די מחותנים הרבנים הגוה"צ שליט"א. מען האט תיכף אריינגעברענגט דעם חתן אין דער רבי שליט"א האט זיך ארויסגעלאזט א ריקוד מיטן חתן און די מחותנים און עקסטער מיט גיסו הגה"צ רבי אליעזר דוד גרינוואלד שליט"א מטעטש.
דערנאך איז דער רבי שליט"א צוריק צו די אכסני' און אנגעוואונטשן די בעל אכסני' מיט די בני בית אין זיך ארויסגעלאזט צום לופטפעלד וואו די רבי איז צוגעפארן ביז עראפלאן, איידערן ארויפשטייגן אויפן פליגער זענען די חסידים אריבער זיך געזעגענען.
דער רבי שליט"א איז אנגעקומען צוריק קיין ניו יארק ארום צוויי אזייגער פארטאגס, אין שוין זעקס אזייגער אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צו אמירת תהילים אין ביהמ''ד הגדול לרגל ווי א יעדע וואך פון די ימי השובבי''ם.
Comentários