מיטוואך פ' בלק • י"א תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש
פון חצר הקודש סערט וויז'ניץ איז געמאלדן געווארן, אז אנגעהויבן פון דעם שבת וועט מען טוישן די אפיציעלע סדר פון די פלעצער אין גרויסן היכל הטישים, און ווער עס כאפט א פלאץ די ערשטע וועט קענען דארט שטיין ביי די טישן וכל הקודם זכה.
דאס קומט אין א צייט וואס חסידי סערט וויז'ניץ פון איבער גאנץ ארה"ק גרייטן זיך צו וויילן אויף דעם שבת פרשת חקת אין רמת וויז'ניץ - חיפה בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסערט וויז'ניץ שליט"א, לרגל די 'שבת פארן יארצייט' פונעם פריעדיגן רבי'ן בעל חכמת אליעזר מסערט וויז'ניץ זצ"ל. אצינד איז געמאלדן געווארן דורך די הנהלת הקהלה, אז אנגעהויבן פון דעם שבת וועט די רעכטע זייט פארענטשעס זיין רעזעווירט פאר די יונגעלייט און די לינקע זייט פארענטשעס פאר די בחורים.
לויט ווי עס ווערט איבערגעגעבן, האט מען פארקויפט זיץ פלעצער אינעם היכל הטישן באלד נאך די הסתלקות פונעם רבי'ן זצ"ל, אבער מיט די יארן האט זיך ארויסגעשטעלט אז די יונגע בחורים האבן געמוזט שטיין גאר ווייט אוועק אדער אויף גאר הויעכע שטאקן, וואס האט פארשווערט פאר די בחורי חמד מיטצוהאלטן דעם טיש ווי עס דארף צו זיין. דעריבער האט כ"ק אדמו"ר מסערט וויז'ניץ שליט"א געבעטן די הנהלת הקהלה מבטל צו זיין די ביז-יעצטיגע קביעות'דיגע זיצן, און אזוי ארום וועלן די בחורי חמד קענען געניסן פון מער נענטערע פלעצער ביי די טישן און זיך אנווארעמען בקדושת השבת בצלא דמהימנותא עילאה.
Kommentare