top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מודאה ואזהרה ביים ציון פון הרה"ק מריבניץ זי"ע אין מאנסי: "אין כניסה לכהנים"

מאנטאג פ' חוקת • ב' תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

דעם ער"ח תמוז איז ארויסגעלייגט געווארן א מודעה ואזהרה ביים ציון פון הרה"ק מריבניץ זי"ע דורך די הנהלה פון די וויזניצער בית החיים אין מאנסי, מיט א אויפוואכונג פאר כהנים צו זיין געווארנט פון היינט אין ווייטער נישט אריינצוגיין אינעם קליינעם אהל וואס געפונט זיך הארט נעבן דער ציון הק'. דאס קומט נאכדעם וואס דער גדר וואס האט אפגעטיילט דעם אהל פון די אנדערע קברים, די וואנט האט זיך געפונען נעבן דעם ציון פון כ"ק אדמו"ר מקאסוב זאלישטשיק זצ"ל, ביים חלקה פון כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצוק"ל און איז פאריגע וואך אראפגענימען געווארן צו פריי מאכן דאס פלאץ. 


פאר לאנגע יארן איז געוועהן א מעגליכקייט פאר כהנים צו קענען מתפלל זיין אינעם אהל, אצינד נאך די קבורה פונעם קאסובער רבי'ן זענען כהנים מער נישט ערלויבט צו אריינגיין דארט, און די עסקנים פון די וויזניצע בית החיים זענען אקטיוו אויסצוארבעטן א לעזונג צו קענען שטעלן א פרישער גדר על פי הלכה.



コメント


bottom of page