מאנטאג פ' עקב • ט"ו אב תשפ"ד | בחצרות הקודש
אין די טעג ווען דער זקן ראשי הישיבות מרן הגאון רבי אהרן פעלדמאן שליט"א ראש ישיבת נר ישראל באלטימאר איז צוגאסט אין ארץ ישראל האט זיך דער ראש ישיבה מטריח געוועהן בטירחא דגברא רבה און אפגעשטאט א ספעציעלער חיזוק באזוך אין די הויפטקווארטירן פונעם מפעל החסד "לחמי מרדכי" אין בית שמש וואס שטייט בנשיאות הגה"צ רבי מאיר איתמר ראזנבוים שליט"א בעל 'דרך אמונה', וואו דער ראש הישיבה שליט"א האט זיך ארומגעקוקט אויף די פיבערהאפטיגע הכנות זיך גרייטנדיג צום וועכענטליכע שבת'דיגע חלוקה פאר פולע אלמנות אין יתומים.
נאך א שפאציר ארום דעם מפעל צוזעהנדיג מיט די אייגענע אויגן די עבודת הקודש פון די הכנות ביים אנגרייטן די אלע צרכי השבת, פאר די הונדערטער אלמנות אין בית שמש וועלכע באקומען דעליווערט די אלע צוגעהערן אויף השבת צו זייער טיר בדרך כבוד, האט דער ראש ישיבה שליט"א אויסגעדריקט זיין התפעלות און שטארק אנגעוואונטשן די עסקנים פון די וואוילטעטיגע ארגענעזאציע, און מחזק געווען די עסקנים ווייטער אנצוגיין מיט די געוואלדיגע ארבעט ביתר שאת וביתר עוז. דער ראש הישיבה האט אויפן ארט געהערט א דעטאלירטע באריכט איבער די גרויסארטיגע חלוקות מידי שבת בשבתו ומועד במועדו, און זיך אויסגעדרוקט אז די אלע פעולות איז בלי שום ספק מעורר א רעש אין הימל און וואויל איז פאר די שותפים פון אזא הייליגן מפעל'.
Comments